היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ארבעט פארמיטלונג אויפן וועב

ארבעט פארמיטלונג אויפן וועב

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1922034

קרעמער » 18/5/2006 21:40

מיין ליבער חבר האט זיך עפעס פארפלאנטערט אין געשעפט, עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט אין די נאנטע צוקונפט ברויכן זוכן א נייע ארבעטס פלאץ, בעט ער מיר אז איך זאל אים העלפן אויסגעפונען וואו מען קען אנהייבן זוכן שטעלעס אויפן אלגעמיינעם וועלט ברייטן געוועבעכץ המכונה "אינטערנעט".

ער איז נאכנישט זיכער אז ער וועט טאקע למעשה מוזן אויפגעבן דעם גוטן פאזיציע וואס ער פארמאגט יעצט, אבער די וועלט זאגט דאך "better be safe then sorry", וויל ער יעצט אנהייבן זוכן און נישטערן פאר א נייע אמט ערגעץ וואו, אבער ער וויל דווקא זוכן אויפן אינטערנעט, ער שעמט זיך דערווייל אנצורופן אויפן טעלעפאן די לאקאלע ארגאניזאציעס.

אלזא רבותי, ווער עס וויל האבן א יד אין העלפן א אידיש קינד, זאל ביטע צוצייגן עפעס וועבזייטלעך וואו מען קען פרובירן אנצוטרעפן א גוטן דזשאב, פארשטייט זיך אז די רעדע איז פון א ריכטיגע היימישע סביבה, א אידישע פלאץ.

אין נאמען פון מיין פריינט: יישר כחכם למפרע!

עפשטיין » 23/5/2006 19:41

איך מיין עס וואלט געווען א גוטער רעיון צו מאכען אויף היידפארק אזא סארט ארבעט פארמיטלונג.

עס דרייען זיך דא אסאך חברה וואס וואלטען געקענט נוצען ארבייטער מיט געוויסע כשרונות, אין אויך פארקערט.

די שאלה איז צו מען קען עס אהערשטעלן אן גילוי.

איןבעיה » 23/5/2006 19:59

עפשטיין אויב וועסטו זיך נעמען זיכען ארבעט פאר אונזערע שרייבער דא [בילד – נישט אפגעהיט], וועט פין אונזער פארום גארניט בלייבען [בילד – נישט אפגעהיט]  אין די וואס ארבעטען א גאנצע טאג וועלען אויפדערנאכט נאכען שווערען טאג ארבעט[בילד – נישט אפגעהיט] נישט האבען וואס צי ליינען[בילד – נישט אפגעהיט].......אלזא............לאז געמאך[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט]

ישראל_הלוי » 23/5/2006 20:01

אוודאי קען מען עס מאכן אן גילוי, די אדווערטייזמענט זאל זיין אין פאבליק, אין מען זאל צישטעלען א אימעיל אדרעססע ווי מען קען אריינשיקן אינפארמעישאן. עפשטיין נא? קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, נעם דיך צי די ארבעט אין זיי א מזכה את הרבים! ווער ווייסט וויפיל אידן קענען אזוי געהאלפן ווערן.

הצלה2006 » 24/5/2006 01:21

אויב זוככט איר פרנסה האט איר יעצט א געלעגנהייט וואס איז בדוק  ומנוסה, פאר מער אינפארמעישן גייטס צו די לינק  http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1848418 אדער קענט איר רופן 1800-242-0363 און אריין לייגן עקסטענשן נאמבער 5556 און לאזטס איבער אייער נאמען טעל. און בעסטע צייט אייך צו רופן, איר קענט איבער לאזן די מעסידזש דארט אויך און אידיש.

איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296