וויל איך דא פרעגן א שאלה וואס איז פאסיק און אן עקסטערע אשכול
איך ווייס ווען איך פאר ארויף צים ציון פאר איך אויף סקאנעמאנג רד. און איך דריי מיך ארויף צים ציון
יעצט וויל איך וויסן וויפיל מענטשן פארן אזוי ווי יודל וויינשטאק איז נעכטן געפארן און וואס זענען די בענפיטס פון די וועג וואס איז לענגער ווי אזוי איז ער געפארן אזוי
ער איז געפארן אויך סטאנעמאנג רד. און געמאכט א דריי ארויף אויף בארדיטשוו רד. (וואס דארט שטייט א סיין אז פרויען טארן נישט פארן און מ'זאל בלייבן אונטן און אראפ ריפען די קינדער) איז ער געפארן ארויף בארדיטשוו רד. דוירך געפארן די צוויי דארמטארי בילדינגס און די ביהמ"ד פון ישיבה און זיך אפגעשטעלט לעבן די טיר פון די ביהמ"ד נישט געפארקט אראפציר אזוי ווי א נארמאלער מענטש טיט
יעצט זאל דער עולם זאגן וואסערע בענעפיט ס'איז דא ווען מ'פארט די לענגער וועג ארויף צים ציון??????????