היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » כאפט א פאלאפעל/פאטעטא קניש

כאפט א פאלאפעל/פאטעטא קניש

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1920884

קרעמער » 17/5/2006 19:46

mefikel » 17/5/2006 20:19

הרב קרעמער:

אפשר ברענגן מיר אהער אזא וועגעלע דא און קרעטשמע?

נישט שלעכט, וואס?

דער עולם וועט זיך מחיה זיין!

פרעטצעל » 17/5/2006 22:42

ס'איז ממש געוואלדיג!!!

זאג פאר דעם אינגערמאן דארט, אז "ענדזשוי יאר מיעל" זאגט מען אין אידיש "א גוטען אפעטיט". ניין?

קרעמער » 17/5/2006 23:01

גערעכט פרעטצעל;

איך וואלט ווען געזאגט פאר דעם שיכור "א גוטן אפעטיט", אבער דאס איז אן איבערטייטש פונעם ענגלישן HEARTY APPETITE.

mefikel » 18/5/2006 00:23

קרעמער, פרעטצעל;

אויב מיין זכרון נער'ט מיך נישט, געדענק איך אז ס'איז שוין אמאל דא אויסגעשמועסט געווארן באריכות, אז ווען מ'וויל איבערטייטשן א פראז/פאלקס-ווערטל פון איין שפראך צום צווייטן, קומט עס צומאל אויס נערי'ש/קינדיש (דאפלט לשון?), אין ענגליש רופט זיך דאס...(איך קען מיך נישט דערמאנען, ס'האט א ספיציעלע ווארט) 

אגב, ווען זי פרעגט דעם איגערמאן צו ער רעדט אידיש, וואלט ער געדארפט ענטפערן  "אידיש קען איך, די פראבלעם איז ענגליש"

אזוי ווי יענער וואס מ'האט געפרעגט,

-וויפיל איז צוויי מיט צוויי?

-פינף

-זאג נאר, דיין טאטע האט דיך נישט געלערנט רעכענען?

-ער האט מיך געוויס יא געלערנט, דו קענסט נאָר נישט מיין פאטער!


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 18/5/2006 01:53

מפוקל;

דו פארענטפערסט דעם אינגערמאן צו שטארק, איך הייב אן קלערן אז דאס ביסטו גאר...