היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פקודת כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א

פקודת כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1920347

קהל_יטב_לב » 17/5/2006 10:32

ניין! רבינו הקוה"ט זצ"ל האט אונז נישט אנטוישט!!!

נאר ווען ער האט געהייסן אז זיין ממלא מקום זאל דייקא זיין כ"ק רבינו שליט"א, און דוקא הוא ולא אחר, האט ער גוט געוואוסט, און נאך ווי, וואס ער טוהט!

און ווער עס האט נאך געהאט די מינדעסטע משהו של פקפוק של ספק, האט זיך היינט ווידעראמאל איבערצייגט באשיינפערליך אז דאס איז געווען רצון קדשו פון הייליגן רבי'ן ז"ל, בשעת די דברות קודש שזכינו לשמוע מפי כהן גדול דער רבי שליט"א ביים טיש, פארלאנגענדיג נישט עפעס אנדערש ווי: אז יעדער מוז ענדיגן מס' סוכה פארן קומענדיגן סוכות... 

יא! יא! און נאכאמאל יא! אזא רבי האבן מיר געוואלט פארמאגן, און אזא מנהיג האט רביה"ק זצ"ל געוואלט אז מיר זאלן האבן, און אזא ממלא מקום האט ער אונז מוריש געווען!!! 

און ניין! ניין! און נאכאמאל ניין! (וואס "נישט" איז איבעריג ארויסצושרייבן).

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.   

תוקן על ידי - קהל_יטב_לב - 17/05/2006 10:34:59

זאליבאן » 17/5/2006 17:06

קהל ייטב לב

אויב איך מעג פרעגן: ווי אלט ביסטו? האסט שוין בר מצווה געהאט?

טאראראם » 17/5/2006 17:12

אשרינו מה טוב חלקינו ! ! ![בילד – נישט אפגעהיט]

שפיטצער06 » 21/5/2006 23:18

סגייט א דזשוק און די גאס אז די זאליס זענען און קאמפ קעגן מסכת סוכה, למשל און ראדני האט מען ארויס גענימען אלע מסכת סוכה פון שראנק, און חדר האט מען געווארנט אלע קינדער נישט צו לערנען מסכת סוכה,