היינט קומען פאר די וואלן פאר די סקול דיסטריקט. איבער די לעצטע צוויי שעה האבן די שונאים פונעם סקול דיסטריקט זיך צוזאמגענומען און אנגעפאנגען ארויסצוקומען אין די מאסן צו שטימען קעגן דעם בודזשעט.
די זאליס און בני יואל נעמען "דערווייל" נישט קיין באסעס פון די סקול דיסטריקט. עס גייט זיי דעריבער נישט אן אויב די בודזשעט פאלט דורך.
לויפט שוין שטימען. מיר קענען נישט פארגינען אז די שונאים זאלן שטערן די הצלחה פון די קרית יואל'ער מוסדות.
** גייט שוין ארויס שטימען אין קרית יואל **
די מוסדות זענען זיך צעוואקסן. די קינדער מוזן שטיין אויף די באסעס ווייל ס'איז נישטא קיין פלאץ, ס'איז ממש סכנת נפשות.
מען "מוז" קויפן נייע לענגערע באסעס, און אויך מוז מען צוקויפן נאך דריי באסעס, פאר די אינטערעסן פון אונזערע קינדער.
גייט שוין ארויס שטימען yes פאר'ן בודזשעט. אז נישט וועט איר חרטה האבן.
און איין באורד מעמבער שמעון משה קעפעטש
סיז נישט דא קיין טשענסעס ס'זאל דורך פאלן
איך ווייס נישט וואס אנדערע וואלטען געטון אבער איך האלט אז דער וואס לויפט צו יעדעם דארף נישט זיצן דארט תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 4:55:41
און ער וועט עס סיי ווי האבן
כ'מיין אז ער קען סיי ווי גארנישט חרוב מאכן ער איז נישט מער ווי א שיק יונגל איבעראל
סטאפטס מיט די משה-גבאי מענטאליטעט.
ס'איז א דעמאקראטיע. מען קען נישט זאגן פאר א מענטש: גיי נישט דא, גיי נישט דארט.
ר' שמעון משה איז א חשוב'ער איד וועלכער העלפט ארויס די מוסדות אין קרית יואל, ער גיט אסאך געלט פאר צדקה צוועקן פונעם רבי'ן שליט"א, און ער העלפט ארויס אידן ווען אימער ער קען.
אזוי לאנג ווי ער העלפט אונז און ארבעט נישט קעגן אונז, קען ער זיין אפילו ראש הקהל אויך.
חוץ אויב איר ווילט דירעקט אז ביי די קומענדיגע ווילידזש וואלן זאל די אלייענס האבן איין משפחה מער.
גאסט
עס זעהט עפעס אויס אז קעפעטש האט דיר געהעכערט די שכר לימוד.
כ'האב צוגעטראפן ?
גוטזאגער
סאיז נישט אמת
מען קען נישט ארבעטען מיט איינעם וואס העלפט מענטשען וואס זיכן צו צוברעכן כל הקודש לנו אפילו ער העלפט אויך אונז
סהאט נישט קיין פשט טראכט אריין די גייסט נישט ארייננעמען קיין ארבעטער אין דיין געשעפט אפילו ער ארבעט פלייסיג אויב ער ארבעט ביינאכט אין א פעקטארי וואס באשטייט פשוט פון צוברעכן דיין ביזנעס וועסט אים נישט האלטן נישט וועגן נקמה נאר פשוט די קענסט נישט אזוי ארבעטען סימפל
למעשה
האט איינער עפעס ציפערן פון נעכטען?
זענען 380
20 פאר No
הערטס אויף מיט די נארישקייטן.
די זאליס ווייסן זיך צו חנפ'ענען צו יעדן פון זיי וואס גייט אויך צו אונז.
אמת טאקע אז זיי האבן סאך ווייניגער מענטשן ווי אונז, אבער דאס איז נאך אלץ נישט קיין תירוץ פארוואס מיר זאל זיך מעגן שפילן מיט מענטשן.
נאכדערצו איינער וואס איז באמת א פיינער מענטש, וואס העלפט ארויס דעם רבי'ן שליט"א און די קרית יואל'ער מוסדות.