זשוליאני:
איר קענט מיך שוין נישט פון היינט.
איך בין נישט קיין DAY DREAMER
אבער איך פראביר צו זיין רעאליסטיש, און איך טראכט "הויעך" אז
היי יאר שבועות
איז זייער שטארק מעגליך אז רבינו שליט"א זאל זיין אין
וויליאמסבורג.
איך זאג נישט יעצט, צי עס דארף אזוי זיין אדער נישט.
איך האלט אז מעגליך איז קרית יואל גערעכט.
אבער איך רעד
יעצט פונעם מציאות. פונעם טרוקענעם פאקט אז
לדעתיוועט דער רבי שליט"א זיין דעם קומענדיגן שבועות אין וויליאמסבורג.
די אלע וואס האבן געדינגען דירות אין קרית יואל זאלן נאכנישט געבן קיין דעפאזיטס.
אזוי דענקט זשוליאני
טאראראם:
מי יתן והי-ה !
hotwire:
גוליאני, כ'האב הנאה צוזעען אז די ביסט א גרויסער אפטעמיסט
הלואי!!!!
דערסיגעטער:
כ'האב אויך אזוי געהערט 99 פראצענט אז מ'גייט זיין אין וומסב"ג אינעם שאטער הענקי.
פאטאקי08:
גוליאני ביזדערווייל איז עכטע נייעס אלעמאל געווען גערעכט מער ווי דיר
און ער האט געשריבן אין א אנדערע אשכול אז ס'וועט זיין אין ק"י
קען זיין אז דער מצב האט זיך געטוישט
זשוליאני08:
לשאלת רבים צו מיר אין אישי.
איך האב געעפנט דעם אשכול פאר איין סיבה.
אז די טויזענטער געסט וואס זוכן צו דינגען דירות, זאלן זיין זייער פארזיכטיג און נאכנישט געבן קיין דעפאזיטס
און נאכנישט מאכן קיין באשימטע פלענער צו זיין אין א געוויסע אפארמענט אין קרית יואל, ווייל גאר מעגליך וועט מען אין די ענדע נישט זיין דארט.
איך בין נישט אויס אריינצוגיין אין די וויכוחים פארוואס יא אדער נישט זיין אין קרית יואל.
דאס וועל איך לאזן פאר מיין קאלעגע פאטאקי און די איבריגע אדעל לייט.
מה_טובו:
לויט ווי איך פארשטיי וועט מען נישט זיין שבועות אין טענט/וויליאמסבורג,
אויב וועט מען זיין אין וויליאמסבורג איז עס נאר אין א ביהמ"ד,
יעצט איז אזוי לאמיר זאגען אז אונז וועל מיר יא געווינען ראדני אויף ביז שבועות, וועט דאך אין ראדני סייווי נישט זיין קיין פלאץ, דארף מען ווייטער מאכען א טענט (אויב דארט איז יא דא פלאץ) וואספארא פנים וועט האבען שבועות אין טענט?
זאל מען גיין אויף ווילסאן- ראסס, דאס מאכט שוין מער סענס.
און דעס איז "אויב" געווינט מען ביז דעמאלטץ,
אויב אבער געווינט מען נישט, האב איך שוין פריער געשריבען אז אין טעילער טענט איז נישט אזוי שיין א יו"ט ווי אין א געהעריגע ביהמ"ד, דארף מען לכאורה יא גיין אין ק"י, איי?! ווי עט זיין פלאץ? איז אזוי, צום דאווענען וועט מען זיך צוזאמשטופען אין ביהמ"ד, און צום טיש וועט מען מאכען א ריזיגע טענט לעבן ביהמ"ד, וואס אין אמת'ן קען נישט זיין קיין שענערע יו"ט ווי דעם.
זשוליאני08:
מיינע קוועלער זאגן מיר, אז מ'האט שוין פארלאנגט און אפילו באקומען א PERMIT פאר דעם שאטער אויף ווילסאן קאר. לי, אינעם פארק פון פי. עס. 16.
נאכאמאל, איך ווייס נישט צי וויליאמסבורג איז דאסמאל גערעכט.
אבער איך געב זיי גאר גוטע שאנסן, אז היי יאר, וועלן זיי אויספירן,
אפילו זיי זענען נישט גערעכט.
אלזא, וויליאמסבורגער אידן, געטס נאך נישט קיין דעפאזיטס
תמימותדיג:
פלענער פון שבועות און קר"י
עסקנים מאכן שוין גרויסארטיגע פלענער איבערן שבועות הבעל"ט
מען גייט מאכן א ריזן טענט אויף די פארקינג לאט צווישן ביהמ"ד און די כולל, ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה פירן טיש. אלע פארענטשעס וועלן דארטן ליגן.
מען גייט ארויסנעמען אלע פענסטערס פון דרום זייט (ביי די זייט ווי די פארטש איז) און מען וועט בויען א הויכע פלעטפארם אין פארטש, עס וועט זיין ווי א גאלערי , ס'וועט זיין דארטן נאך 800 זיצן , מען וועט עס פארמאכן מיט א דאך,
די פלאן איז בקרוב ארויסצובויען אז עס זאל אייביג זיין אזוי ,
ברענגנייעס:
דזשוליאני און תמימות
איר זענט ביידע גערעכט,
אן א דראסטישע שינוי, וועט ברוך השם זיין א ענגשאפט אין פלאץ קומענדיגן יו"ט שבועות
די פראגע איז נישט אויב מען דארף א שאטער צו פירן טיש וואס איז גרויס 15000 סקווער פיס אויף די מינימום
ווי מען וועט שטעלן דעם שאטער אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל וועלן מיר ווארטן צו זעהן
דער עולם דארף וויסן
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 21:32:30