גענעראל פארזאמלונג און מאנטריאל היינט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1917816
ווי זענען די מאנטריאלער שרייבער,
מיר ווארטן שוים קוים אויף א באריכט,
ווער האט גערעדט?
און וואס האט מען געזאגט?
למעשה וואס איז געבליבן?, ווער איז רבי אין מאנטריאל?
ווער האט די בנינים?
איך האב געהערט אז רבי דוד שליט"א האט שטרענג באויפטראגט ר' מרדכי קאהן, צוריק צו געבן דעם געגאנבעטן מיידל סקול בנין פון בית אסתר פאר קהל, און אז נישט שפילט ער זיך מיט פייער, איז דאס אמת?
ער פאנטאזירט אז עס וועט אים געלונגען צוזאמהאלטן די קהילה, ער פארשטייט נישט - אזויווי די זאליס בכלל פארשטייען נישט - אז אידעאלאגיע מאכט א קהילה, נישט בנינים.
די אהרונים טענה'ן אז די זאליס וואלטן זיכער איבערגעשריבן די בית אסתר פאר זיך, אזויווי זיי האבן פרובירט צו טון אין לאנדאן, בני ברק. ועוד. במילא האבן מיר געמוזט פארלויפן דעם וועג.
יעצט וויל רבי דוד אז אלע בנינים זאלן ווערן איבערגעשריבן פאר א נייטראלע קאמיטע, לויט ווי איך הער זאגן די חסידים אז זיי שרייבן גארנישט איבער ווי לאנג מען שטעלט זיך נישט געהעריג צו א די"ת בזבל"א.
נו!
וואס איז געווען נעכטן?
וויפיל איך ווייס האלט דער רב דארט ר' דוד פערזענליך שטארק פון ר' אהרן
אבער ער איז זייער עמפינדליך צו פאליטיק בפרט (עס באדערט אים געפערליך די מחלוקה איבערהויפט נאכן פארלירן זיין טאכטער)
און בכלל האלט ער אז מאנטריאל דארף גארנישט זיין פארמישט און די מחלוקה ער האלט אז אין מאנטריאל שלאגט זיך קיינער נישט פאר א עמוד נאר מען שלאגט זיך וואס עס טוט זיך און נוי יארק און מען דארף קוקן וואס עס טוט זיך ביי זיך
ער זאגט אלץ נאך אז דער דברי חיים האט געזאגט אויף די עלטערע יארן אז פון אנהייב האט ער געמיינט אז ער וועט קענען פארעכטען די גאנצע וועלט און נאכדעם האט ער געמיינט אז אקעי די גאנצע וועלט נישט אבער ער וועט פארעכטען נאר צאנז און יעצט זאגט ער זעט ער אז מיט זיך אליין האלט ער זייער ווייט
למעשה יעצט נאך די פטירה פון רבי'ן זי"ע איז אבער מער נוגע פאר מאנטריאל ווער עס איז זייער רבי און דאס ווייס איך שוין נישט וואס ער האלט נאך דערצו וויל ער אלץ ארבעטן צוזאמען מיטן דיין און ער איז שוין אינגצען משוחד און ער רמ"מ האלט אז ער איז דארט אליין מאנטריאלער רבי... אזוי ווי חיים יושע נאר נישט ר' דוד נאר ער... וטעמו ונימיקו אז דער רבי זצ"ל האט אים דארט געשיקט...
סאו ווייס איך נישט וואס עס איז יעצט דער מצב דארט
ביטע אפדעיטן דעם עולם!
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 16/05/2006 21:54:28
נאר דא שטייט ער פאר צוויי פראבלעמען, איינס הייסט מרדכי קאהן וואס סטראשעט אים מיטן ערגסטען, ער האט אים געוארנט אז ער וועט נעמען די גאנצע קהלה אין קארט און ער איז גרייט צו ספענדען מיליאן און פארכאפן די קהלה און ער וועט ארויס טראסקען רבי דוד שליט"א.
די צווייטער פראבלעם האט ער אז מרן רביה"ק זי"ע ווען ער האט געבען פאר יעדע קינד איין דירה אין ווילי, האט ער אים אויך צוגעזאגט איין דירה פאר בנו ר' הערשל שליט"א, אויך האט אים רביה"ק זי"ע צוגעזאגט א 30 פארצענט וואס וועט אים קאסט צו ענדיגען אויפבויען די נייע ת"ת אין מאנטריא', וואס וועט זיין לע"נ זיין טאכער ע"ה, און משה גבאי האט אים צוגעזאגט אז ער גייט עס באקומען נאך, און די וואך האט אים משה גבאי אויך צוגעזאגט אז ער גייט עס באקומען ממש שוין, און רבי דוד רעדט זיך נעבעך איין אז ער גייט עס באקומען, ער כאפט נישט אז משה גבאי טוט אפ אלעס וואס ער קען נאר צו פארכאפן די בנינים אין מאנטריאל פאר די זאליס, נאר ב"ה האבן עס די אהרונים אויסגעכאפט.
איך האלט מיט דיר 100 פראצענט
אבער מעק פליז אויס די ערשטע 2 שורות פאר די מנהל זעט עס אין ער מעקט אויס די גאנצע תגובה
ס'ווייסט שוין יעדער ווי אזוי מרדכי קאהן און חיים אביגדור האבן אים אריינגעלייגט אין זאק און עס פארבינדן
אין דעם פורום טאר מען נישט אזוי שרייבן
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 17/05/2006 21:14:29
אדער עטליסט די ראשי פרקים
ס'איז נאר געלט
וואס מרדכי קאהן האלט אויס כמעט גאנץ מאנטריאל און דער רב און דער דיין דארט קענען נישט עקזיסטירן אן דעם פלאטשיק'ן קורץ קעפיג'ן קאהן ענד קא.
BTW ער איז דער וואס האלט אויס די גאנצע קארט פון די זאליס און ווילי