היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רז"ל טראגט אום שבת קודש.

רז"ל טראגט אום שבת קודש.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1918607

זשוליאני08 » 15/5/2006 18:52

דער בארימטער עם הארץ האט דעם שבת קודש געטראגן זיין טאשען טיכל אין טאש.

ער האט נישט ממשמש געווען זיינע טאשען ווי די הלכה זאגט. און ער איז נכשל געווארן אין טראגן, און געכאפט דעם פראסק אין פאבליק. ווען ער האט עס ארויסגענועמן גייענדיג אויף די גאס. אין א ארט ווי זיינע פורים דיינים זאגן אז ס'איז א רשות הרבים דאורייתא...

מ'זאגט מיר אז ער נישט געוואוסט וואס די הלכה איז, און וואס מ'דארף טאן.
ביז שמואלי קאומאפוט האט אים גע'עצה'ט ער זאל זיך אפשטעלן אויף די גאס און עס דעמאלטס אנטאן.

רבותי...
דאס האט דער רבי זצ"ל געוואלט.
א רב אן עם הארץ... וואס זאל קיין פסוק נישט קענען זאגן
און קיין הלכה נישט וויסן.

אויב איר גלייבט נישט, קוקט נאכאמאל איבער די פארשימלטע געפרינטע צוואה'לע...

kutchma » 15/5/2006 21:49

אפשר האט ער מחליט געוועהן מתיר צו זיין די עירוב. ווייל טאמער נישט שיק איך שוין גרינבוים'ען צו עם.

yosefelye » 15/5/2006 21:59

קליינע קינדער מעגן דאך טראגן,
ווייסטו דען נישט אז ער טאר נאכנישט אליין קראסן נאר ווען שמואל טייטלבוים ערלויבט עם?
א פסוק חומש קען ער אויך ווי א קליין קינד.

בא_ללמד » 15/5/2006 22:06

איך קען עס נישט גלייבן. ער ווייסט נישט א פשוט'ע הלכה וואס יעדער חדר יונגל ווייסט, אז אויב מ'טרעפט עפעס אין טאש טאר מען זיך נישט אפשטעלן אין רה"ר נאר מ'דארף צוריקגיין אין רה"י, כדי עס זאל נישט זיין קיין עקירה ברה"י והנחה ברה"ר ? אזויפיל האט מען אים נישט געקענט זאגן ?