היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מהומות אין בורו פארק סאטמאר 53

מהומות אין בורו פארק סאטמאר 53

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1917936

yohcee718 » 15/5/2006 04:35

מ'שטערט ר' זלמן לייב פיליפ פון געבען א שיעור ס'איז יום טוב דארט

מעין דמעין וואס ר' ז"ל האט צו געשטעלט פאר הרב שטיינעמאן

אל דאטפיך אטפיך!!

kligeryid » 15/5/2006 04:39

the lights r out and r' zamlen leib is giving his shier with candles

kligeryid » 15/5/2006 04:41

they opend the lights now they called the police

abi_gezint » 15/5/2006 04:51

Who is they?

עכטע_נייעס » 15/5/2006 04:52

רז"ל האט זיך דארט אנגעריקט מיט 20 יונגן פון ווילימסבוירג וואס זיי האבן נאך נישט געזעהן דעם שיל קיין מאל

kligeryid » 15/5/2006 04:54

they r the zali,s the lights r out again and r'zalmen leib fulop is giveng his sheir with candels no one of the rushe khila is there so basicly evreybody is doing what they want

abi_gezint » 15/5/2006 04:54

any updates

חיים_נחום » 15/5/2006 04:54


יענקעלע11, וואס גייט דארט פאר??

abi_gezint » 15/5/2006 04:56

Do you think that RZ"L already realized that something is going on I mean after the lights are off does this mean that he came to fight or does he think that it is a blackout

911zalis » 15/5/2006 05:01

די טאג איז שוין געשעהן זיי האלטן ביים גסיסה די געוואלדיגע מחלוקה וואס עטליכע האבן אנגעזייט אין אונזער הייליגע קהילה אין עס פרובירט מיט אלע כוחות צי שלעפן צו בארא פארק עס איז נישט געלונגען ר' זלמן לייב פילאף וועט אי"ה פארלערנן דעם זונטאג שיעור פין די וואך אין ווייטער אין בי"ד שטיבל אין ר' חיים דוד וואט דארט אי"ה פסקנען שאלות

911zalis » 15/5/2006 05:03

דער בי"ד שטיבל פאר די וואס ווייסען נישט איז אונטער דעם ריזיגן סיין , די בי"ד וואס האט פארמאגט ביז היינט נאר איין זאך "א גרויסער סיין " וועט האבן א שיעור דארט אויך יעדן זונטאג

kerry08 » 15/5/2006 05:05

איך בין נישט באקאנט מיט די פאקטען.

וער קען מיר קלאר מאכען??

דעליווערט ער דארט א שיעור וועכעטליך? טעגליך? אדער רעבבעלעך??

וואס האט ער געמיינט גייט דארט זיןן?

פארוועם האט ער געוואלט זאגען א שיעור - במקום וואס ר' שואל פערלשטטין האט שוין קלאר מכריז געווען אויף דעם ביהמ"ד אז: ער האט נישט דארט דעם רוב און ווער דארף עס.

טו, אויב אזוי מה טובו של שיעור זה?

kligeryid » 15/5/2006 05:07

the zali,s sprayed wit a feir exstig... and evreyone ran out so r, z'l left the beis hamedrish

faird » 15/5/2006 05:08

הר' כ"ץ און הר' פילאפ זענען מסירת נפש אידן. זיי ווייסן אז מען האט זיי געווארפן און זיי האבן מער נישט קיין דריסת הרגל אין דעם שוהל, אבער פונדעסטוועגן קומען זיי פארלערנען.

סיגעטע טעראריסטן גייטס קיין סיגעט. לאזט אפ סאטמאר!

תוקן על ידי - wassa_dif - 15/05/2006 5:24:58

kerry08 » 15/5/2006 05:08

איז דא פאטאריקעס אדער נישט?

911zalis » 15/5/2006 05:11

ביז היינט האט מען אים געלאזט פארלערנען דארט אבער אזוי ער האט אויפגענומען דער סיגעטער פאר רעבע נגד רצון קדשו פין מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע הכמם וואס ער האט אים אנגעזאגט אז זיין רצון איז אז בנו הגדול נאר ער זאל זיין ממשיך דרכו אין דאס איז א פערזענטליכע פגיעה אין מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע אין אויך אין מרן רבינו מסאטמאר שליט"א זאל ער זיצן ביי זיך אין נישט קומען אין סאטמארער בתי מדרשים AND HE GOT THE MASSAGE תוקן על ידי - 911ZALIS - 15/05/2006 5:16:08

דערסיגעטער » 15/5/2006 05:12

דער מעשה גייט אזוי, מ'האט געבעטן ר' זלמן לייב פילאפף אפאר מאל היינט ער זאל נישט קומען, ווען ער איז אנגעקומען קיין 53 האט מען אים געבעטן ער זאל גיין, למעשה איז ער דוקא אריין אין ביהמ'ד, מיט אנגעצינדענע נרות חנוכה, און פון דעם איז שוין געווארן פורים, די ליכט איז ארפאגעפאלן אויפ'ן שטענדער ס'האט זיך אנגעצינדן א שטיקל פייער, די חברה האבן געברענגט א פייער עקסטינגישער, און גערופן פייער לעשער ס'זענען אנגעקומען אפאר פייער לעשער אין מיט דעם האט זיך געענדיגט דער שיעור פאר היינט, און צום האפן אויף אייביג. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:27:05

faird » 15/5/2006 05:12

רז"ל פילאפ האט אנגעצינדן פיל מיט ליכט ליכט און ס'האט אויסגעבראכן א שריפה. איינער איז אריינגעקומען מיט א פייער עקסטינגווישער, און זיך גענומען שפריצן. דער סוף איז געווען אז רז"ל פילאפ, דער פורים רב, איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט א ווייסע בעקיטשע און א ווייסן הוט. ער האט זיך באקלאגט אז ער קען נישט אטעמען און הצלה איז געקומען. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:27:39

ארגינעלער » 15/5/2006 05:19

א נייע סארט משוגעת. מען האט שוין געהערט אז א בעל הבית זאל פרובירן ארויסצווארפן זיין ארבעטער, און יענער זאל צוריקקומען מיט א בעיסבאל בעט און אנברעכן די ביינער פאר'ן באס. אבער אז רבנים זאלן זיך נעמען אזוי אויפפירן. דאס איז שוין א נייע שגעון. הרב כץ און הרב פילאפ פארשטייען נישט קיין אידיש? מען האט זיי געזאגט קום נישט. אבער זיי קומען צוריק, און נאכדערצו שווער באוואפנט און ארומגענומען מיט בוליס. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:28:24

911zalis » 15/5/2006 05:23

ר' זלמן לייב פילאף האט געפרעגט אויפן וועג אריין אין קאר די עלעקטרישן האט נאך אלץ נישט פאראכטן די לעקטער?  6 יאר צוריק איז געווען א ענליכע פראבלעם !

בא_ללמד » 15/5/2006 05:32

עס מוז פארדאמט ווערן מיטן שארפסן דאס וואס עס איז היינט פארגעקומען, אלימות איז נישט קיין מיטל קעגן קיינעם, אפילו ווען יענער איז באמת א מחוצף מיטן קומען אויסדריקליך זיך רייצן, דערצו אין א מקום קדוש [שוין אפגערעדט פון די משוגעת פון לערנען מיט לעכט]. מיר האבן גענוג געהאט די לעצטע 25 יאר מיט די זאכן, מען דארף אריבערמישן דאס בלעטל. בפרט אז עס האט געברענגט א חילול ה', א חילול הקודש והמקדש, און האט צושטערט די גאנצע סדרי הביהמ"ד (וואס האט ר' אפרים שמעון געזינדיגט ?). עס איז זיכער דא אנדערע וועגן וויאזוי צו פארטרייבן אומגעוואונטשענע געסט (איין דוגמא: צושטעלן א אנדערן שיעור אויף יענעם פלאץ, אד"ג). תוקן על ידי - בא_ללמד - 15/05/2006 5:33:31

911zalis » 15/5/2006 05:47

בא_ללמד די ביסט גערעכט אבער שטעל דיך פאר די סאטמארע דיין פין בארא פארק ר' משה פריעדמאן זעצט זיך פארלערנן א שיעור אין ראדני אדער ר' הירצקא צוויבל וואס וואלטן זיי געטוהן ?

דערסיגעטער » 15/5/2006 05:49

כ'האב יעצט געהערט פרישע אינפארמאציע, אז ר' זלמן לייב איז נישט אזוי שולדיג, ווייל ווען ער איז ארויס פון דער קאר אריינצוגיין אין 53 האט ער זיך געבעטן ביי די ליידיגייערס און שלעגערס אז ער וויל גיין צו 11טע עוו שול, אבער די שלעגערס און ראוזן בראש, האט אים גע'רודפ'ט אז ער זאל אריינגיין, און ער האט זיך געבעטן נאכאמאל און נאכאמאל. איז אויב ס'איז איינעמס שולד איז עס זייערס די בהמות און רשעים פון דער סיגעטער חדר.

עכטע_נייעס » 15/5/2006 05:51

איך הער אז הרב ר' זלמן לייב שליט"א איז גארנישט שילדיג

זיינע מענטשן האבן עם געצוינגן ער האט נאכמיטאג געזאגט אז ער גייט נישט אין זיינע מענטשן האבן עם געזאגט אז ער מיז גיין

דערסיגעטער » 15/5/2006 05:54

אויב מ'דארף באשולדיגן איינעם אויף די בושות פון ר' זלמן לייב פילאפף איז עס דער פאריקטער מרדכי יעקב ראזון בן הרב אפרים און חיים אהרן פלאהר פון בארא פארק, וואס זיי האבן אים גע'רודפ'ט ער זאל יא קומען צו 53 אפילו ר' זלמן לייב האט נישט געוואלט.

911zalis » 15/5/2006 05:55

עס מיז זיין ווייל קיין איין רב וואלט נישט געקומען ספיציעל פארלערנען א געשלעגריי אין מאכן אזא ביטול תורה , ווער איז געקומען מיט אים ?

moshe06 » 15/5/2006 05:57

איך האלט נישטפין זיצען אין חוזק נאכן פין ר' זלמן ליב פילאפ שליט"א

ווי נישט ווי האט ער אסאך תורה געלערנט
אונזער וועג איז נישט זייער וועג,אין מיר האבן ד"א פאר ת"ח

ווארהייט » 15/5/2006 06:51

עס איז היינט געווען א קהל'ס מיטינג, און מען האט אנגערופן רז"ל פילאפ און אים געבעטן מיט גרויס דרך ארץ אז ער זאל נישט קומען.

רזל"פ האט געבעטן אז יעדער ביי די מיטינג זאל זיך אידענטיפיצירן, און ווען עס איז געקומען צו די רייע פון משה שמואל פארקאש האט רזל"פ זיך אנגערופן אז ער קען אים נישט און האט געפרעגט וואו אלט ער איז, און צי ער איז א יונגערמאן.

בקיצור המעשה, רז"ל האט דערקלערט אז ער איז מסכים און וועט נישט קומען, און מען האט געמיינט אז אלעס איז געסעטלט, אבער ביינאכט האט ער זיך אנגערוקט מיט א גרופע בוליס (די זעלבע מעשה וואס איז געווען היינט צופרי מיט רח"ד כ"ץ).

פארשטייט זיך אז רז"ל איז ארויס פון די גאנצע מעשה מיט גרויסע בושות.

שולדיג פאר די בזיון התורה איז דער וואס האט איבערצייגט רז"ל אז ער זאל פייטן און יא קומען.

פאטאקי08 » 15/5/2006 07:04

שולדיג איז רז"ל פיפלף פאר זיך לאזן איבערצייגן און קומען

דערסיגעטער » 15/5/2006 17:04

היינט מאנטאג צופרי איז ר' חיים דוד געקומען אין ביהמ'ד און געזעהן ווי מ'האט געטוישט די שלאס פון ווייבער שול, ס'איז א מורא'דיגע שטארקע טיר און א שווערע שלאס און די ווילדע חיות האבן עס נישט געקענט צוברעכן, אבער למעשה האט מען פארגעסן צוצושפארן די אנדערע זייט פון די ווייבער שול (וואס מ'האט נעכטן געעפענט פאר די פייער דעפארטמענט). איז ער אריין פון די אנדערע זייט צו זיין שטוב אין ווייבער שול.
לאמיר האפן אונז וועל מיר האבן מער שכל מארגן און צושפארן אלע אריינגענג צוום ווייבער שול.
כ'האב נאר מורא אז ער וועט אריינקריכן דורכ'ן פענסטער.

שורשנגח » 15/5/2006 18:05

למעשה האט מען ב"ה נעכטן נאכט "ארויסגעשפריצט" דעם מתנחל און עקסטרעמיסט און העצער הר' זלמן לייב פילאפף פון סאטמאר ב"פ.

דער מתנחל איז געקומען זאגן זיין שיעור וואס יעדע וואך באשטייט עס פון דריי מענשטן, טראץ וואס קהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק האט אים געבעטן בכתב ובל פה אין נאמען פון די קהלה הק', און אין נאמען פונעם רב הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א אז ער זאל נישט קומען, איז ער דאך געקומען ווייזן וואס ער קען, שאול פערלשטייין מיט ליפא קרויס זענען נעכטן נאכט אריבער צו אים פארן שיעור און אים געזאגט אז ער איז מחוייב אריבער צו גיין אין 53 און נישט אויפגעבען, און עס איז עת לעשות ה' הפירו תורתיך, זיי האבן איעם געזאגט ווילאנג די סאטמאטר חסידים וועלן אוזנ נישט צורו לאזן אין ווילי דארף מען גיין מאכן פרייליך ביי זיי און איבערדרייען זייערע בתי מדרשים, ער האט מקבל געווען מיט שמחה די פסק אוןו ווילן פון זיי און ויסעו ער פארט.

קודם איז ער אריין אין ביהמ"ד פארלערנען, האט מען די לעקטערס אויסגעלאשן, מען האט געהאפט אז דער מתנחל וועט אפטראגן מיט שיינעם, ווען ער וועט זעהן אז מען מיינט עס גאר ערנעסט.

דער מתנחל האט זיך נישט דערשראקן ער וועט ווייזן וואס ער קען איז ער אריין פארלערנען אין א זייטיג שטיבל מיט לעכט, (אזוי ווי ר' יוסף בראך האט געזאגט זיין שיעור אויפן בלעמער אין ראדני), און עס איז אויך געקומען מחזק זיין יושע לעפקאוויטש פנחס אלימלך ווייסמאן א בעלזער ראזן, פלאהר, ער האט געהאט א קנאקעדיגע 8 משוגעים מיט זיך.

די סאטמאר חסידים האבן געזעהן א מען ווערט נישט פטור פון דעם מתנחל און העצער, ער וויל דא מאכן בלויז איבערקערנישט און מחלוקת, האט מען גענומען א פייער עקסטיקלישער און באשפריצט הר' פילאפף פון קאפ ביז פיס, צוזאמען מיט זיינע משוגעים, עס איז געווען א מחזה הוד זעהנדיג ווי דער מחלוקת צינדער הר' פילאפף שפאצירט ארויס אנגעשפריצט ווייס אלע בגדים מיט זיין גרויסן ברייטער ביבער היט, היסענדיג שווער פון די לופט פון די פוידער, און עס לויפן אים נאך די אנדערע 8 משוגעים אנגעטאן מיט בגדי לבנים היסענדיג שווער, ער האט אפגעטראגען פון דארט מיט בושות און חרפות אזוי ווי עס פאסט פאר א מתנחל, עקסטרעמיסט, העצער, מחלוקת צינדער וכו'.

יעצט קען ער גיין צו זיין "סיין" בי"ד און שרייבן ריזיגע מחאות אדירות אז מען האט אים פאטריבען מיט בזיונות און נישט געלזאט מחלל זיין א מקום קדוש און מאכן איבערקערנישען.

דערסיגעטער » 15/5/2006 18:23

שור שנגח, אזוי גוט אראפגעלייגט די גאנצע זאך, כ'קען נישט אויפהערן צו לאכן, "מתנחל" דאס איז דער בעסטע נאמען וואס די האסט אים געקענט געבן, דאס איז ער און אזוי זעהט ער טאקע אויס.
כ'הער ער האט אויך געשריגן הויך "אוי ס'ברעעעעעעעעעעעעעענט ס'ברעעעעעעעעעעעענט"

אומדירעקט » 15/5/2006 18:36

ווי ס'הייסט יעצט, קומט היינט ביינאכט אריבער ר' זלמן לייב טייטלבוים מיט ר' שאול פערלשטיין אין בארא פארק, און מ'גייט טוישן גבאים...

דערסיגעטער » 15/5/2006 18:59

דער שווארצער פון בראד האט גערופן הרב פרייליך פון בארא פארק און זיך געבעטן אז ער זאל צושטעלן פאליציי פאר'ן ר' חיים דוד ער זאל קענען קומען אין שול, הרב פרייליך האט אים אויסגעלאכט און אים געלאזט וויסן אז מען קען גארנישט טוהן ווייל קהל איז ליגעלי בעה'ב.
כ'ווייס נישט פארוואס דער שווארצער מישט זיך אריין דא, ווער האט אים געפרעגט זאל ער גיין צו אלע גוטע רוחות צו זאמען מיט זיין רבי דער זענטא און אונז אפלאזן.

פאטאקי08 » 15/5/2006 20:26

ווער איז דער שווארצער פון בראד?

ווארהייט » 15/5/2006 21:10

דער בראדער מנובל יצחק שווארץ

שורשנגח » 16/5/2006 18:02

דער קול מחאה וואס מ'האט ארויסגעגעבן אין בארא פארק קעגן דעם
מתנחל ר' זלמן לייב פילאפף, וואס איך זיך געקומען שלאגן, על אף וואס מ'האט אים געבעטן מיט שיינעם, צו גיין דארט ווי ער באלאנגט.


[בילד – נישט אפגעהיט]

באראש » 16/5/2006 19:38

דער מנובל יצחק ווייס פון ירושלים האט געכאפט אן אטקע היינט, און אזוי ווי די זאליס ווייסן נישט געהעריג ווער עס האט ארויסגעווארפן רז"ל פילפף פון סאטמאר ב"פ, וויל די לעקטערס זענען געווען אויסגעלאשן און עס איז געווען טונקעל, האט ער אויף חדשות זאליס אנגעהויבען ארויף צו פאקען סתם נעמען פון אינגעלייט, טייל דערפון זענען אפילו יעצט דעמאלס געווען אין ארץ ישרא', אז כאילו זיי האבן ארויס געווארפן רבי פילאף.

דער עולם זאל ווייסן אז ער פאקט נעמען סתם אין דער וועלט אריין אן קיין הענט אין קיין פיס מענשטן וואס זענען נישטמאהל דעמאלס געווען אין אמעריקא, און אוודאי נישט אין ב"פ.

שורשנגח » 16/5/2006 20:30

 דער וואס שטייט אינטער דעם איז נישט קיין צווייטער ווי

אהרן בנציון מאנדעל
דער זון פון  איציק מאנדעל
וואס האט מתיר געווען א גויטע לבוא בקהל
און נאך געמאכט א סידור קידושין פאר א גויטע וואס האט קיינמאל נישט געהאט קיין גיור כהלכה.



[בילד – נישט אפגעהיט]

שורשנגח » 16/5/2006 21:13

דער ליידאק אהרן בנציון מאנדעל מיט שניאור קליין לויפן ארום צו רבנים, מסביר זיין אז זיי זענען נישט געגאנגען אין קאורט. זיי זענען נאר געגאנגען אין בילדינג דעפארטמענט.

צוויי רבנים האבן שוין אבער באקועמען די פאפירן, און עס שטייט קלאר און דייטליך אז זיי באשולדיגן ר' אהרן וועלץ מיט FRAUD און זיי שיקן אים א געהעריע SUMMONS אין געריכט.

די רבנים האבן געזאגט פאר דעם שטריק מאנדעל און שניאור קליין אז זענען הולכים בערכאות אן א שום היתר בעולם און זיי מוזן צוריקציען.

אהרן בנציון מאנדעל האט שנעל געקאלט זיין טאטען איציק מאנדעל פון די גיורות פעקטארי, אז ער זאל פראבירן אים ראטעווען ווייל ס'איז כלתה אליו הרעה.

feineryid » 17/5/2006 01:21

משפחת מאנדעל זענען "די רב גורן בימינו" וויא באקאנט האט רב גורן מתיר געוועהן בשאט נפש ממזרים בישראל אין די גאנצע יודושע וועלט האט געלליגט רב גורן אין חרם!!!!!!

באראש » 17/5/2006 21:05

הר' פילאפף באשפריצט קרישקעלעך

הגה"צ ר' יונה פילאפף שליט"א האט היינט אנגערופען זיין זון ר' זלמן לייב אז ער זאל מער נישט גיין אויף 53 פארלערנען, יעצט אז ער וועט גיין וועט ער אויך עובר זיין אויף מצות כיבוד אב ואם.

נעכטן האט שוין ב"ה מוחה געווען דער צווייטער בעל מחאה נאך ר' שלמה לייב וויינבערגער, ר' וואלף פרידמאן שליט"א האט מוחה געווען נעכטן נאכט גאר שארף אין קאשויער ביהמ"ד ברבים צוויישען זיינע ווערטער האט ער געזאגט ווער עס האט געשפריצט אויף ר' זלמן לייב פילאפף איז אזוי ווי ער האט געשפריצט אויפן סיגוטער ר' זלמן לייב...

ר' שלמה לייב וויינבערגער האט אנגערופען ר' פילאפף און ער האט אין באהרוגיט און מחזק געווען אז ער האט שוין מוחה געווען אויף דעם וואס מען האט אים באשפריצט, האט אים ר' פילאפף געזאגט מיט א וויינעדיגע שטימע נעקסטע וואך זאלסטו גיין און ווערן באשפריצט, און איך וועל מוחה זיין און דיך אנריפען מחזק זיין...

ר' זלמן לייב פילאפף האט געזאגט אז דאס וואס ער האט געמיינט דעמאלס וועט ער האט מבזה געווען אין בארא פארק רביה"ק זי"ע, ווען ער האט געשריגען אז דאס איז די פארדארבענע חינוך וואס מען געט די לעצטע 20 יאר, האט ער נישט געמיינט ווען מען קומט ווי א מתנחל פארלערנען א שיעור צו ווייזן וואס מען קען... 

די זאליס ווילן מאכן א תקנה אז מער טאר מען נישט האבן קיין פייער עקסטיליטשער אין קיין בתי מדרשים...

די גאנצע סיין פונעם פורים בי"ד וואס הענגט אויף זופניק כולל אויף קיעפ סט. ברויזט און זומפט שוין א גאנצע וואס אויף די באשפריצאן עס גיט אויס אז די סיין וועט אראפ פאלען פון זיך אזוי פיל מאל ברויזען...

כל_העולם » 17/5/2006 21:18

שורשנגח:

דער נידערטרעכטיגער יונג, אהרן בנציון מאנדעל, וועלכער איז א ריכטיגער זון פון בעל גיורת ר' יצחק מאנדעל

שרייט אז ער איז נישט שולדיג אז דער הולך בערכאות מענדעלע שווימער איז געלאפן אין קאורט זיך מתדיין זיין. ער וויינט אז מ'האט זיך אומזיסט אנגעקלעפט אויף אים.

דער פאקט איז אבער אז דער אויסווארף אהרן בנציון האט פאבריצירט א היתר פאר שווימער צו גיין אין געריכט, און האט גענוצט שניאור קליין צו דריקן אויף שווימער צו גיין אין קאורט פאריגע וואך דינסטאג פ' אמור.

אהרן בנציון האט געוואלט בלייבן אנאנים. קיינער זאל נישט וויסן וואס א שייגאץ ער איז, און אים צונויפשטעלן מיט'ן טריפה'נעם מתיר ממזרים.

תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 21:36:01