היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » גניבה ביי יגר סהדותא

גניבה ביי יגר סהדותא

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1917789

גרויזאמער » 15/5/2006 00:01

יגר סהדותא'ס סעלעפאן איז געגנבט געווארן היינט ביינאכט

א טייערע טעלעפאן געווען, און ער האט עס רעטשארדזשט היינט נאכט אין קרעטשמע זאל

ווער עס ווייסט מער פרטים זאל זיך מעלדן דא

יגרסהדותא » 15/5/2006 00:19

גרויזאמער! דו רוסט איין? איך האב געוואלט אריינמישן די נארוואס געגרינדעטע חברה שומרים אינעם קרעטשמע, און דא דרייסטו איבער א וועלט. אזוי אז די גנבים ליינען עס און עס איז שוין גארנישט דא וואס צו טון. אז מען רעד שוין וועל איך שוין זאגן. די חשד פאלט אויף קרעמער, ווייל מען האט אים געזען זיך ארומדרייען אינגאנצען באזארגט היינט צופרי. די מאנגאלישע פאליצציע אגענטור איז פעסט אריינגעמישט אינעם אויספארשונג, און קרעמער זיצט יעצט דארט מיט געבונדענע הענט. לאמיר אלע מתפלל זיין, קרעמער בן יאכנע, זאל ארויסגיין זכאי בדין.

גם_זו » 15/5/2006 00:21

גראדע די לעצטע וואך ווען איך האב דא א זוי אריין שפאצירט האב איך געפונען עפעס א סעלעפאן אפשר קען זיין אז דאס געהרט צו יאגאר'ן זאל ער זיך ביטע פארבינדן מיט מיר אין אישית. נישט פארגעסן איבער צולאזן סימנים.

יגרסהדותא » 15/5/2006 00:25

נישט מיינס. מיינס האב איך פארלוירן היינט.

גרויזאמער » 15/5/2006 00:27

איינער קען ארויפלייגן קאפיטל קי"ט מיט די אותיות ק-ר-ע-מ-ע-ר-ב-ן-י-א-כ-נ-ע ? ולמצוה גדולה יחשב, זיי זאגן אז ער האט זיך אפאר מאל פארפלאנטערט, און די מצב טויג נישט.

גם_זו » 15/5/2006 00:54

יגר ביסט זיכער אז דו האסט דאס נישט פארלארן פאריגע וואך?  פראבירזיך דערמאנען אפשר דאך.

קרעמער » 15/5/2006 02:03

אפענע מעלדונג פאר "יגרסהדותא" און "גרויזאמער"

פון די וועג וויאזוי איר באנעמט אייך צווישן זיך, קוקט אויס אז איר האט אינעם פארגאנגענעם גלגול געהאט צוטאן איינער מיטן צווייטן, איך בין נישט אין הימל, על כן ווייס איך נישט פונקטליך וואס עס איז פארגעגאנגען צווישן אייך ביידע, אבער אזויפיל וויל איך אייך זאגן, לאזט מיר ארויס פון אייערע געפעכטן...

יאנאש » 15/5/2006 03:07

קוקט נאר, ער לייקענט.

נא נא, זעהט אויס אז אין מאנגאליע ווייסט מען נאכנישט אז מען דארף זאגן די מיראנדע געזעצן, טא (וואט עווער איט מינס) וויל איך דיר עס איצט זאגן.

1. דו האסט די רעכט צו בלייבן שטיל.

2. וואס דו זאגסט איצט קען געניצט ווערן אנטקעגן דיר אין געריכט.

3. דו האסט די רעכט צו רופן א לויער, אויב דו קענסט דיך נישט ערלויבן, וועט די רעגירונג צושטעלן איינס.

נו קרעמער, וואס זאגסטו איצט.

קרעמער » 15/5/2006 05:24

איך זאג: דו קענסט צו גוט די מיראנדא'ס, האסט עס ווארשיינליך מער ווי איינמאל געהערט מיט די הענט אויף אהונטער (ידו על התחתונה, אין אייזערנע קייטן).

יאנאש » 15/5/2006 15:30

גיב אבאכט, מיר קענען עס נוצן אנטקעגן דיר.

לגבי די מיראנדא, ווען דו זאלסט וויסן ווי לאנג איך האב גע'גאאגל'ט נאר זיך צודערמאנען ווי די געזעצן הייסן (איך רעד שוין נישט וואס זיי זענען), ווייס איך נישט צו דו וואלסט מיר חושד געווען, אבער פון וואנעט זאלסטו וויסן.

3x0 » 29/5/2006 17:18

זייט די גניבה איז ער עפעס נישט דא, וואס גייט פאר יגר, אן א סעלפאון לאזט מען דיר נישט גיין אין קרעטשמע? תוקן על ידי - 3x0 - 29/05/2006 17:19:57