איך בין פארגיע וואך געוואר געווארן א אינטערסאנטע הלכה
אז אויב איר בארגט א איי פין א שכן, אין דער איי האט א בליטץ טראפ
{קען זיך מאכן אפט ווען איר בארגט א דאזן אייער}
איז א ערענסטע שאלה אויב איר מעגט עס באצאלן
טייל פוסקים האלטן אז עס גייט אריין אין די איסור ריבית,
איך האב געהאט אזא מעשה, כהאב געבארגט א דאזן אייער, איין איי האט געהאט א בליטץ טראפ
כ'האב באצאלט די דאזן אייער פארן שכן
שפעטער האב איך געפרעגט מיין דיין פאר אינטערסאנטקייט, אויב איך בין מחיוב צי באצאלן א געהעריגע איי ווייל עס האט דאך געהאט א בליטץ טראפ,ממילא דער איי מיט א בליטץ טראפ איז דאך באמת גארנישט ווערט,
האט ער מיר גע'ענפערט כנ"ל אז עס איז א גאר ערענסטע שאלה
איך וואלט געוואלט הערן דא, אויב דער עולם ווייסט דערפין