ס'איז אנגעקומען איבער גאנץ ניו יארק א די ווי די אין אידיש, צוזאמגעשטעלט דורך מיסיאנערן. עס איז מורא'דיג פראפעשאנעל צוזאמגעשטעלט, און לייגט אראפ די גאנצע תורה לויט די קריסטליכע ווערסיע. מען זעט אויך די גאנצע פרשה פון יוזל שר"י.
עס איז א שרעקליכע סכנה רוחניות עס צו קוקן. זייטס געווארנט.
שוידערליך: מיסיאנערישער קאמפיין אין אידיש
ס'איז א נייע מיסיאנערישע קאמפיין ספעציעל פאר חסידישע אידן. ס'איז נאך אזאנס נישט געווען ביז היינט.
די DVD קומט איינגעפאקט אין א שיינעם ענוועלאופ, און ס'שטייט ארויפגעשריבן דערויף: "דער DVD איז ממש מעין עולם הבא".
אויפ'ן DVD שטייט ארויפגעשריבן "ימות המשיח".
זיי פאנגען אן די DVD מיט אדם הראשון, און נאכדעם גייען זיי אריבער צו אברהם אבינו, כדי מענטשן זאלן נישט כאפן אז ס'איז א מיסיאנערישע זאך, אבער נאך א קורצע צייט גייען זיי אריבער צו יאשקע'ן ימ"ש, וואס וועגן אים רעדן זיי רוב פילם, און ברענגען נאך גאנצע שטיקער פון די תורה, וואו יאשקע ווערט מכלומרשט דערמאנט. די DVD איז אין א גוטן אידיש (כ'וואלט נישט געזאגט היימיש, אבער העכסט גוט).
זיי האבן אפילו געעפנט א וועבסייט אין אידיש וואו מען קען זען די גאנצע ווידיא. register.com זאגט אז די וועבסייט איז געעפנט געווארן דורך איינעם אין סקאטסדעיל, אריזאנע. די ריטוירן אדרעס אויפ'ן ענוועלאופ איז א PO BOX אין ברוקלין, נ.י. 11206. די נאנפראפיט ארגאניזעשאן פאסטעדזש איז פון איינעם אין סענטע ענע, קאליפארניע.
ווער עס האט זיי געגעבן די אדרעסן פון היימישן עולם איז א גרויסע פראגע.
די גוטע נייעס איז אז זיי פארשווענדן געלט אין מיסט אריין, ווייל קיין שום חסיד וועט נישט ווערן פארקויפט פאר די שטותים, און זיי געבן נישט אויס די געלט צווישן רוסישע אדער תימנער אידן א.א.וו. ווי זיי וואלטן יא אפשר געהאט הצלחה.
אבער ס'איז שוידערליך ווי פארגעשריטן זיי זענען געווארן.
זענען זיי שוין טאקע אנגעקומען ביז קרית יואל?
איך האב נאך גארנישט באקומען, האט שוין איינער באקומען אין קרית יואל?
ווער האט זיי געגעבן די ליסט פון קרית יואל'ער אדרעסן?
וואסעדיף, דער narrator אויפ'ן DVD רעדט אין ליטוויש ארץ ישראל'דיגן אקצענט. ער רעדט א גוטן אידיש, מען זעט אבער אז ער האט זיך געלערנט די שפראך, און ס'איז נישט זיין מאמע לשון.
ווי ס'קוקט אויס האבן די מיסיאנערן געשיקט איינעם פון זיי זיך לערנען אידיש, כדי צו פאנגען נשמות צווישן די חסידישע קרייזן.
דורך הר"ר ה.ק. איבער די מיסיאנערישע סידי
http://www.voicepunch.com/
וואויס פאנטש קען ארום קאלן טויזענטער מענטשען מיט א מעסעדזש אין די זעלבע מינוט
מען קען אויך מאכן עס זאל ארויף קומען אויפן איי די וועלכע נומבער די ווילסט און עס קומט אויך ארויף יענע נאמען פון יענע נומבער וויאזוי ס'איז געליסטעד
מען קען עס אויסטרייען פאר פרי
מען קען אויך שרייבן א טעקסט און די מאשין זאגט עס אריין אין טעלעפאון
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 17/05/2006 3:46:19
די אידיש וואס די נאראטור רעדט איז אין א אידישיסטע אקצענט, נישט ליטוויש.
ס'איז נישט קיין סוד, אז דער היימישער ציבור ווערט אלס מער און מער אפן צו די טעכנאלאגישע וועלט, והיידפארק יוכיח...
ס'איז ברור כשמש אז דער וואס האט צוטריט צו א קאמפיוטער איז אויסגעשטאנען סאך א גרעסערן נסיון נישט צו קוקן דעם די.ווי.די. ווי דער וואס האט נישט.
אין עטליכע יאר ארום וועט מען נאר דארפן ארויסשיקן אי-מעילס פאר דריי פערטל כלל ישראל (די ליסטע קען מען פארשאפן פונקט ווי מ'האט פארשאפט די מעילינג ליסטע), וואו עס וועט זיין א לינק צו אזא סייט, ותוצאותיו מי ישורנה.