היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: ב"פ עיקול קעגן ארוינים

ברעקינג: ב"פ עיקול קעגן ארוינים

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1915401

האטבטחון » 12/5/2006 17:23

אבן המשפט פון מאנסי האט געגעבען אן עיקול קעגען ר' אהרן וועלץ שליט"א אויפען פארלאנג פונעם באורד, צוזאמען מיט א רשות בית דין דאס מחזק צו זיין אין ערכאות.

תוקן על ידי - האטבטחון - 12/05/2006 18:08:42

מה_טובו » 12/5/2006 17:28

לאמיר הערן

ווער זענען די באורד?
ווייז א קאפי פונעם עיקול,
וואס איז די טענה?
וואס זענען אונזערע שאנסען? וואס זענען זייערע שאנסען?

יענקעלע11 » 12/5/2006 17:42

כא, כא, כא, [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
אונזערע דריי דיינים,
הרה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ"צ סאטמאר בארא פארק,
הרה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א, דומ"צ סאטמאר 53 סטריט,
און הרה"צ רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, דומ"צ סאטמאר 15טע עוועניו,
האבן נארוואס אראפ גענומען דעם עיקול,
מיט די טענה אז אויב האבן זיי טענות, דארפן זיי קומען צו דין תורה
נאר צו זיי, וואס זיי זענען די דייני הקהלה, 
און נאר זיי פארשטייען די תהלוכות הקהלה,

מה_טובו » 12/5/2006 17:55

יענקעלע 
 איך קען נישט סטאפען לאכען [בילד – נישט אפגעהיט]

וואס איז די אמת? וואס גייט פאר דארט ביי ענק?
דריי דיך נישט ארויס! בלייב מיט אונז ווילאנג אונז וועל מיר עס אויספייטען
keep us posted

ארענדאר » 12/5/2006 18:03

[בילד – נישט אפגעהיט]ביי אונז אין די קרעטשמע, לאכט מען א הילכיגער גוטס.

יעצט וועט דער פרעזידענט ר' בערל פריעדמאן נעמען א הזמנה ועיקול פון מכון להוראה, קעגן די מוסרים ומסרבים לדין, מיט א רשות דאס מחזק צו זיין און ערכאות.
 

 

כאפטס אריין א וואדקע

אייןסאטמאר » 12/5/2006 18:07

אייןסאטמאר » 12/5/2006 18:16

עס איז נישט מכון להוראה, עס איז אבן משפט(?.)

איך פארשטיי נישט.

1) חיים פר"מ איז נישט קיין תובע, אבער באקומט די רעכט צו בעלות?

2) ווער איז אין די הנהלה אויסער שווימער?, פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן?.

3) וואס פארא כח האט א וועד הורים, ווער האט זיי געשטעלט, און קענן זיי זיך מישן אין די ווערטשאפט?

4) וואס הייסט בשם ההורים? האט מען געפרעגט די טאטעס?.


5) גייט אייביג אזוי אז מיט עיקול קומט שוין א היתר עס צו מחזק זיין בערכאותת אפילו דער בעל דין איז נישט מוחזק אלס איינער וואס איז נישט ציית לדינא?

איך האף און איך גלייב אז ר' אהרן וועט זיך שטעלן לדין (ע"פ הוראת הדומ"צ שם) נישט ווי די מסרבים לדין דא אין וומ"ס ויקוב הדין את ההר.

ברענגנייעס » 12/5/2006 18:30

געשמאק » 12/5/2006 18:50

אומגלויבליך אבער א פאקט.

די סיגעטער גרייטן זיך צו רופן סאטמאר אין קאורט.

ווער וואלט זיך אמאל גע'חלומ'ט אז דער טאג וועט אנקומען...[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקעלע11 » 12/5/2006 18:52

אוי א בראך,  [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

ר' זלמן לייב וויל נישט אינטער שרייבן קיין שטרי בירורין,

געשמאק » 12/5/2006 18:56

אזהרה # 1

צו קהל יטב לב ד'סאטמאר בארא פארק.

שטעלט אייך צו דין תורה ביי א בית המרוצה לשני צדדים אדער ביי א זבל"א וזבל"א.

והכל על מקומו יבא בשלום.

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 12/5/2006 19:15

מיין מיינונג איז אז זייער אויג איז אויפן "קאורט", ס'הייבט זיך נאר אן מיט א עיקול, אבער זייערע פלענער זענען צו באזייטיגן ר' אהרן וועלץ דורכן "קאורט", עס מוז אזוי זיין, ווייל מיט א בי"ד זעה איך נישט ווי אזוי זיי זאלן ערגעץ אנקומען, פשוט ווייל מ'גיימיר טון פונקטליך דאס וואס זיי האבן געטאן אין וומ"ס, באקומען א היתר פון אונזערע דיינים, און אז דער רבי (ר' אהרן) איז בעה"ב, און דער רבי האט שוין פון לאנג ענק אלע ארויסגעווארפן, שטעלטס ענק אויפן קאפ, אונז האמיר זיך גוט אויסגעלערנט.

חוץ טאמער זיי ווילן טאקע דן זיין ביים בי"ד צו ר' אהרן איז טאקע רבי, אויב יא, זאג איך זיי BRING IT ON!!!

ארענדאר » 12/5/2006 19:47

עמערדזשענסי רוף   !!!!!


ווער איז דער בית דין שער המשפט ??

וואס איז דער טעלעפאן נאמבער ???

איך האב דא יעצט אויפן טעלעפאן ליין, א גרופע עלטערן פון קינדער אין  UTA
פון וויליאמסבורג (א ועד ההורים בשם ההורים)  וואס ווילן רופן צו דין תורה חיים יצחק מאנדעל
(וכל הנספחים עמו). [בילד – נישט אפגעהיט] 



כאפטס אריין א וואדקע

געשמאק » 12/5/2006 20:16

דער עיקול איז גע'חתמ'ט דורך א דיין משה שלמה גביוף.

ווער איז דער דיין, א היימישער, ער קען די תהלוכות הקהלה ?

יענקעלע11 » 12/5/2006 20:17

ערענסט גערעדט !

איך פארשטיי נישט,
קודם כל, ווער איז דער בית דין אבן המשפט?, איז דאס א היימישער ערענסטער בית דין
אבער אזוי ווי דער וויליאמסבורגער פורים בית דין, איך האב פון זיי קיינמאל נישט געהערט,

צווייטענס, ווי איך פארשטיי איז דא א סכסוך אין בארא פארק ווער עס איס דער באארד,
מענדל שווימער און חיים פריעדמאן טענה'ען אז זיי זענען דער באארד,
ר' אהרן וועלץ און דער רב פון די קהלה רבי דוב בעריש מייזליש שליט"א
טענה'ען, אז זיי זענען "נישט" דער באארד,
און אז ר' אהרן וועלץ איז נישט בארעכטיגט צו נעמען פון זיי קיין שום ארדערס,
נאר אויסשליסלעך פון די יעצטיגי חברי ההנהלה,
אלזא, האבן זיי מחליט געווען צו שיקן א הזמנה לדין כדרכה של תורה,
זייער פיין און זייער וואויל,
אבער וואס איז דער עיקול?,
האבן זיי שוין מחליט געווען אז חיים פריעדמאן מיט מענדל שוויממער זענען "יא" די ריכטיגע בעלי בתים?,
ס'איז דאך קלאר אז "על זה אנו דנים",
לויט דעם עיקול האט ר' אהרן וועלץ דריי ברירות, וואס קיין איינס איז נישט אויסגעהאלטן,

איינס, פאלגן דעם עיקול, און אנפייפן דער מרא דאתרא,
דעם רב הקהלה, וואס זאגט אז ער זאל נישט הארכן די אלטע געוועזענע הנהלה,
צוויי, פאלגן דעם רב הקהלה, און אנפייפן דעם עיקול, וואס איז נישט ריכטיג, און בניגוד להלכה,
דריי, אפשפארן די מוסדות, נישט באצאלען קיין שכירות פאר קיינעם, און ווארטן ביז נאך די דין תורה...

און בכלל וואס הייסט א היתר לילך לערכאות מחזק צו זיין דעם עיקול,
ווען זיי זענען שוין אינדרויסן עטלעכע יאר, וואס איז דער עמערדזשענסי,
 אז מען דארף דיין לערכאות מחזק זיין דעם עיקול,

און וואס איז דאס וועד ההורים?, ווער האט זיי געשטעלט?, וויאזוי קענען זיי רעדן אין מיין נאמען?,
קענען די אהרונים מאכן א וועד ההורים, און באשליסן פארקערט?,

עפעס איז דא פישי ! ! !, קען מיר דאס איינער מסביר זיין??? 

אנטוערפןרב » 12/5/2006 20:24

מזעט בחוש די אפענע סיעתא דשמיא פון הייליגן רבין זי"ע אז די מינוט וואס הרה"ג ר'
אהרן הייבט
זיך אן צו רופן סאטמארע רבי, קומט גלייך ארויס זיין אפענער פרצוף!
אלע יארן
האבן די אהרונים געשריגן דין תורה דין תורה, די מינוט וואס איינער רופט זיי צו דין
תורה
הייבט אן ארויפצוקומען זייער עכטע פרצוף!
די אהרונים האלטן נישט ביים גיין צו דין
תורה!!!!!!

געענדיגט מיט די לאנגע בלאפערייען און ליגנערייען, ענק ווילן נישט קיין דין
תורה נאר קאורט!

(דברי זלזול קעגן רבנים איז שטרענג פארבאטן) תוקן על ידי - כל_העולם - 12/05/2006 21:59:23

אנטוערפןרב » 12/5/2006 20:29

יענקעלע מאך דיך נישט תאמעוואטע.
דו ווייסט זייער גוט אז אהרן וועלץ האלט נישט ביים גיין צו די"ת, און אז ביי ר' אהרן טייטלבוים
איז קיין דין תורה קיינמאל נישט עקזיסטירט!
אן די סטראשע פון ערכאות קען מען פארגעסן אפילו פון א ענטפער פון דעם גזלן און גנב!
און וועגן די עיקול, וואס איז עס אנדערש ווי יעדע עיקול? אהרן וועלץ קען נישט ווארטן א וואך?
וועט ער באצאלן די איינגעשטעלטע א וואך שפעטער, וועט ער נישט קענען גנבנען א וואך פאר זיך די
געשוואלענע געלטער, איז וואס?
אויב איז ער ממש טשאוקד, זאל ער שוין זונטיג אנקאלן מאכן א צייט ווען ער קומט צו די"ת און די
בי"ד וועט אים זיכער לאזן פירן ווייטער ביזדערווייל!!!! תוקן על ידי - wassa_dif - 12/05/2006 21:42:56

זשוליאני08 » 12/5/2006 20:34

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

[דאס האב איך באקומען אין אימעיל פון א חבר, וועלכער האט נישט דא קיין רשות כתיבה]

 

לדעתי העני',

 

די עצם טענות זענען אנדערש ווי די תביעה וואס קהל יטב לב האט געהאט קעגן די מוסרים/מסרבים לדין אין וויליאמסבורג,

 

אין קורצן: איינס איז א קהילה מיט מעמבערס, די אנדערע איז א מוסד מיט עלטערן, און איך ווייס נישט ווי שטארק עס קען זיין א "וועד ההורים" קעגן א מנהל המוסד.

 

אן אריינצוגיין אין די טענות. צי עס איז בכלל דא דארט א רוב פון עלטערן קעגן דעם מנהל, און צי רוב חברי ההנהלה זענען טאקע קעגן דעם מנהל, און אויב יא, וואספארא כח זיי האבן,

 

לאמיר פאר א מינוט אננעמען אז זיי האבן ערנסטע טענות, האלט איך אבער אז "עם עקש תתפתל" (איך האף אז כ'האב עס גוט געספעלט...) און מ'דארף מיט זיי זיך אומגיין אויף זייער שטייגער!

 

דער ענטפער דארף זיין אויף צוויי פראנטן, וואס ביידע האט מען מיך שוין דא אביסל אויסגעכאפט... קודם כל, אויב איז שוין יא דא א בית דין וואס איז גרייט זיך צו מישן, דעמאלט דארף די "וועד ההורים פון וויליאמסבורג" פארלאנגן אז זיי זאלן שיקן אן הזמנה פאר חיים יצחק מאנדל אדער הו-עווער ס'איז אין טשארזזש אין 82 לי עוועניו, (וואס זיי זענען זיכער "אויף פאפיר" פיל קלענערע בעלים אויפן מוסד ווי ר' אהרן וועלץ אין בארא פארק) און לאמיר זען וואס ס'וועט זיך פון דעם אויסלאזן מיט יענעם הזמנה ועיקול.

 

דער אמת איז אבער, אז יעדער פארשטייט אז די חברה מיינען נישט די זופ נאר די קניידלעך... די חברה ווילן באמת אנקומען אין קאורט, סאו, דארף מען בכל אופן זען אז זיי זאלן דאס נישט קענען באווייזן, נאר יא מסכים זיין צו גיין צו דין תורה אפילו ביי דעם בית דין אין מאנסי. (פארשטייט זיך, אז אויב דער בית דין וועט נישט וועלן שיקן א הזמנה אויפן פארלאנג פון די וועד ההורים אין וויליאמסבורג, דעמאלט וועלן זיי דאך האבן גענומען א שטעלונג אין די קעיס, און ס'האט נישט קיין זין צו גיין זיך מתדיין זיין ביי זיי) אדער ביי זבל"א,

 

די טענה פון ר' אהרן וועלץ ביי א דין תורה, דארף זיין אזוי: אלעס וואס ער טוט, רעדט ער זיך אדורך מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וואס דער מוסד שטייט אונטער זיין נשיאות, און אז דאס איז געווען די צוואה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, אז רבינו שליט"א זאל זיין דער נשיא המוסדות וכו' וכו' וכו' וכו'

 

האפנטליך וועט דאס אריינציען די די"ת איבער די טענה, "ווער עס איז דאס כ"ק אדמו"ר שליט"א?"??? אזוי וועט האפנטליך דער גאנצער סכסוך איבער דאס רבנות וכו' אנקומען צו א דין תורה, און זאל מען דארט ארומרעדן וועגן זייער א.ג. צוואה, (וואס אפילו דארט שטייט נישט קיין ווארט אז דער סיגוטער זאל זיין בעה"ב אין בארא פארק!!!) און אפשר אולי ואולי וועט עס ווערן געשליכטעט ביי א דין תורה, והכל על מקומו יבא בשלום.

 

hotwire » 12/5/2006 20:55

איך פארשטיי נישט, נאווארדאק בית דין איז נישט גיט געווען ווייל זיי זענען נישט קיין היימישע, וו.צ.ב. זיי נוצען נישט קיין התאחדות צוקער פסח וכו' וכדומ', משה גביוף ניצט יא התאחדות צוקער פסח???

פאקטיש » 12/5/2006 21:10

איך פארשטיי נישט וואס מען טענה'עט דא ר' משה גביוף אז א איד א תלמיד חכם, אבער נאך א גרעסערער תמים די זאליס האבן אים פארקויפט א קינד אין בויך די עיקול איז שוין לאנג אראפ עס וועט זיין דא צו באקומען מוצאי שבת קודש אבער די הזמנה וועט איר זעהן, ווי די זאליס וועלן צוריק צויען דערפון ווארט נאר ווארט

געשמאק » 12/5/2006 21:29

פאקטיש

איז דער בית דין פון דעם הרב גביוף געווען אין דינסט תשס'א, אויב יא פארוואס האט מען ביי זיי נישט גענומען א הזמנה פאר יעקל כהנא ??

ועוד

ווער טאקע איז דער הרב גביוף?  א ליטווישער? אמעריקאנער? חסידישער?

גוטזאגער » 12/5/2006 22:08

אין סאטמאר איז ששון ושמחה. דער עולם לאכט אין די פויסטן.

די גאנצע זאלי מערכה איז אומגעקומען על קידוש השם מיט די איין נארישן עיקול.

די נאווארדאקער בית דין איז מיטאמאל געווארן אן ערנסטער בית דין, און דער היתר לילך לערכאות איז מיטאמאל געווארן אן ערנסטער היתר.

די חברה האבן זיך געשאסן אין די פיס. זיי האבן לעגיטימיזירט אלע טענות פון סאטמאר, פון די לעצטע זיבן יאר, און געמאכט ללעג ולקלס אלע טענות פון די זאליס.

און די אינטערסאנטסטע זאך איז נאך, אז די שאנסן וואס זיי האבן צו געווינען ביי דין תורה אדער אין קאורט איז אפס, נול, זירא, נאדא, זילטש.

דאס איז וואס דער פסוק זאגט: געגעסן די פארשטונקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן.

לאמיר זיך אלע באדאנקען פאר די חמורים, פאר'ן אונז העלפן אין אונזער קעיס אין וויליאמסבורג.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/05/2006 22:12:06

פאקטיש » 12/5/2006 22:30

אבן המשפט איז א בי"ד אין מאנסי די דיינים זענען בעיקר ר' אלכסנדר גראס ראב"ד ר' דניאל געלדצעהלער ר' משה גביוף - ר' משה, וואס איז אויך מזכיר, זיין דיינינג רום איז די אפיס פון בי"ד

פאקטיש » 12/5/2006 22:35

די בי"ד איז גראדע א היימישע אנגענומענע בי"ד נאר אזויפיל אלע פון זיי, זענען נישט פון די שארפסטע קעפ א מולטי מיליאן דאלער'דיגע קאפליצירטע דין תורה, וואלט איך נישט געהאלטן באלאנגט דארט ר' משה גביוף, איז א חצי אשכנזי'שער, חצי' ליטוויש, חצי סלאנימער איד [אויב וויי, דריי מאל חצי האלט איך שוין ביי אנדער האלבן] מער פרטים, וואסערע שקרים די זאליס האבן אים פארקויפט און די ביטול העיקול נאך שבת

faird » 12/5/2006 23:02

חצי אשכנזי'שער, חצי' ליטוויש, חצי סלאנימער

חצי איד, חצי יהודי, חצי עברי

חצי ספרדיש, חצי תימניש, חצי מיטל מזרח אפשטאמיגער תוקן על ידי - FAIRD - 12/05/2006 23:04:18

ארגינעלער » 13/5/2006 01:03

שניאור קליין האט געוויינט צום בית דין און צוגעזאגט אז זיי וועלן נישט מעכל זיין בערכאות אויב מ'גיבט נישט ארויס די פאלגענדע בריוו, אבער בית דין האט געזאגט אז זיי מוזן כדי זיי זאלן נישט מעכל זיין. און בכלל איז דער בית מלא שוועריגקייטן, זייט ווען גיבט מען גלייך רשות צו גיין בערכאות מאכן אן עיכול? כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך, קען זיין ס'איז שוין געווען 
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 13/5/2006 01:16

דער בריוו איז מלא סתירות, כ'האב שוין געזעהן צענדליגע בית דין בריוון, קודם שיקט מען אן הזמנה, אויב מ'קומט נישט שיקט מען נאך אן הזמנה, און אויב מ'קומט נישט ביים צווייטן הזמנה, דאן שיקט דער בית דין א שטרענגע הזמנה אז זיי וועלן לאזן מעכל זיין בערכאות. כ'האב שוין מיטגעהאלטן הונדערטער דין תורות.
ווער דענקט אנדערש און האט א בריוו פון סיי וועלכע בית דין, א הזמנה א' וואס שטייט דערויף א היתר מעכל צו זיין זאל ביטע פאוסטן.
און בכלל האב איך א קשיא, וואס וואלט דער בית געטוהן ווען די זאליס וואלטן שוין געגאנגן היינט צופרי מעכל זיין בערכאות, און דערנאך קומט ר' אהרן וועלץ הי"ו און זאגט אז ער וויל זיך שטעלן לדין תורה, וויאזוי וואלטן די דיינים תשובה געטוהן אויף דעם גרויסן חילול השם פון מייקר זיין שם אלילים, ס'גייט מיר נישט און קאפ אריין.

פאקטיש » 13/5/2006 01:37

ארגינעלער גראדע גיבן יא בתי דינים גאנץ גרינג רשות מעקל זיין מיט א TRO, נישט צו פארקויפן אדער איבערשרייבן נכסים און אויך געבן א צייטווייליגע עיקול נישט צו שרייבן טשעקס, אויב רעדט מען פון א סכסוך וואס האט אויסגעבראכן פון איין טאג אויפן צווייטן איז אויך א אפטע ערשיינונג דא אבער, האט דער בית דין געגעבן ביידע זאכן, וואס כשלעצמו, וואלט עס געווען גאנץ נארמאל, זיי האבן נאר געשריבן א לישנא דמשתמע לתרי אנפין - בעסער געזאגט אויף הונדערט וועגן- אבער הרב גביוף טענה'עט אז ער האט נאר געגעבן א עיקול בדין תורה אויף שרייבן טשעקס, און רשות צו לייגן א TRO נישט צו פארקויפן נכסים עס איז דא א דריטע בריוו, וואס איז נאך נישטא אויפן פארק דא, ווי ער נעמט אראפ דעם פארבאט צו שרייבן טשעקס און בכלל פירן די טאג טעגליכע ווערטשאפט נאכן געוואור ווערן אז די זאלישלך זענען שוין אינדרויסן עטליכע יאר דער בריוו וועט אי"ה ארויף געלייגט נאך שבת, אויב עס וועט נישט ווערן ארויף געלייגט דורך א צוייטן פריער און די רשות פאר א TRO נישט איבער צו שרייבן נכסים איז שוין דא די צווייטע צעטל וואס שטייט קלאר אז זיי מעגן נישט ביז נאך די זיצונג נעקסטע וואך סך הכל בלייבט אן הזמנה צו דין תורה און פון די הזמנה וועלן די זאלישלך זוכן צו אנטלויפן, אדרבה ווארט נאך ווארט, מיר וועלן נאך הערן וואסערע ציוני דער הרב גביוף איז

ארגינעלער » 14/5/2006 17:55

דאס האב איך טאקע געמיינט, נאר ווען ס'איז א פלוצים'דיגע פייט, דאן גיבט דער בית דין גראד רשות, און געווענליך זעהט מען שוין פונעם תוכן ההזמנה שוין אז ס'איז דא א סיבה פארוואס צו לאזן מעקל זיין בערכאות, אבער דא איז עס סתם א פאשקעוויל, אדער בעסער געזאגט ס'איז נישט קיין "הזמנה" נאר א "פסק".
(בדרך אגב האב איך פריער געשריבן עיקול מיט א כ', כ'בין געווען און א שטארקע געיעג ס'איז געווען א שעה פאר'ן זמן)

הדף_בטעינה » 14/5/2006 18:11

פאקטיש'ל

ווי איז דיין צעטיל??

מזעהט שוין ס'איז ליגענט וואס די פארקויפסט דא

monroe06 » 14/5/2006 19:43

נא! וואס טוט זיך דארט איז דא עפעס נייעס?

פארוואס האלט מען דא און איין זאגען אז זיי זענען געבליבן אן א עיקול בלויז מיט א בזמנה?
האט די בי"ד צוריקגעצויגען פון די עיקול?

monroe06 » 14/5/2006 19:48

אנטשולדיגט! איך האב נישט באמערקט די בריוו אז זיי ציען צוריק.

ארגינעלער » 15/5/2006 03:15

ס'געווען א געהעריגע זיצונג ביי דין תורה אין מאנסי "אבן המשפט", ס'געפארן אויף גוטע רעדער, אינמיטן איז געווארן א געפעכט וועגן א אינגל קעמפ, און די זאליס האבן געטענה'ט אז מ'דארף עס מאכן צוזאמען מיט די זאליס ווייל זיי האבן מורא אז אהרן וועלץ וועט אוועקאטראגן די מיליאנען, האט זיך אהרן אנגערופן אז די מיליאנען זענען שוין לאנג אוועקגעטראגן געווארן.

גראס איז אונזער טוען און פריעד איז זייער טוען, צוזאמען מיט אונער די קאלוסן טוענים, 2 מאנדעל ברודערס, וועלכע העצן אונזער די גאנצע פרשה אלטע שונאים פון סאטמאר.

יעצט ווארט מען אויף א פסק פונעם בית דין.

monroe06 » 15/5/2006 03:29

וואס איז אונזער טענה?

וואס איז זייער טענה?

וואס האט בי"ד געזאגט?

אויף ווען ווארט מען די פסק?

דערסיגעטער » 15/5/2006 04:06

שפעטער וועלן קומען מער אפדעיטס און מער פרטים.