ווי יעדער ווייסט שוין יעצט הערשט אן ערנסטע געבלאזעכץ צווישן משה פראדל'ס און נייעם סיגעטער רבי'ן. פראדל'ס איז אפיציעל באזייטיגט געווארן פון סיגעטער גבאות, נאך בלויז איין וואך! אויפ'ן פארלאנג פון די לאנגיעריגע סיגעטער חסידים (קרויסלעך, יאקאבאוויטשעס, לעפקאוויטשעס, בראווערס, שטויבערס, וואלדמאנס, און מייזעלס וכו' וכו') וועלכע האבן דערקלערט אז איינס פון די צוויי: אדער פליט משה פראדל'ס אדער לאזן זיי איבער דעם סיגעטער.
אונז קען מיר דאך אבער גוט אונזער משה'ניו. ער איז א נוקם ונוטר. ער וועט נישט זיצן רואיג און זיך צוקוקן וויאזוי זיין כבוד ווערט פארשוועכט.
אמת טאקע אז ער קען נישט סטראשענען מיט מאכן א רויזעלע פון זלמן לייבעלע, ווייל ער קען דאך נישט בלייבן קרח מכאן ובלק מכאן. די סאטמארע חסידים האט ער שוין אנגעוואוירן. ער קען נישט בלייבן אויסגעשפילט לגמרי.
אבער זיצן שטיל נאכ'ן פארשעמט ווערן אזוי שטארק קען ער אויך נישט. האט ער דעריבער אנגעפאנגען צו פירן א קאלטע קריג קעגן דעם סיגעטער אין "דער איד". דער איד פון די וואך גיט עקסטרעם שוואכע קאוורעדזש פאר'ן סיגעטער. ער לייגט נישט אריין קיין שום בילדער פון אים און באריכטעט פון אים די מינימום שבמינימום.
דער כעס אין סיגעטער לאגער איז געפערליך. היינט דאנערשטאג האבן זיי אנגעפאנגען צו שיקן מעסעדזשעס פאר פראדל'ס אז אויב די קאוורעדזש אין איד ווערט נישט בעסער קומען זיי ארויס מיט א נייעם צייטונג ביז שבועות.
די אנגעצויגנקייט צווישן משה און די סיגעטע פארשארפט זיך מיט יעדע מינוט.
תוקן על ידי - ווארהייט - 12/05/2006 5:41:37