היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » איינער ווייסט וואס סגייט פאר מיט יאנאש?

איינער ווייסט וואס סגייט פאר מיט יאנאש?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1914495

גרויזאמער » 12/5/2006 00:04

אפאר פעסטע לייט האבן זיך צאמגעזעצט אין יאנאשס שטובל אין בוידעם

און לאזן אים נישט צורוה

מען הערט ארויס קולות וברקים

"דאונט מעיק ען אישו אף עי טישו" די ווערטער הער איך יעצט

עס סאונד אז ער ליגט געבינדען די האנט ווייל עס גייט ממש קולות

יאנאש » 12/5/2006 00:08

באלאני סטארי, דא זיץ איך און איך פיר אן א גאנצע זיצונג, און דער גרויזאמער האט מען נישט גערופן, נו אוודאי שעלט ער, באט אלעס איז ב"ה אונטער פולסטן קאנטראל, והא ראיה איך טייפ, ווי קען מיינע הענט טייפן?

גרויזאמער » 12/5/2006 00:10

אה דעי חברה האבן אים צוגעשטעלט א קיבארד ווען זיינע הענט זענען אויף הינטערוויילעכץ און מיט א רעוואלווער אים געסטראשעט ער זאל שיקן א מעסעדזש פאר די וועלט אז מען טריט אים געהעריג חברה מען דארף גרויס רחמי שמים! די קרעטשמע האט שוין א חברה שומרים? זייט מתפלל1

גרויזאמער » 12/5/2006 00:12

אדער איז זיין פעסווארט געגנבט געווארן. דאס מאכט שוין מער צענט.

יאנאש » 12/5/2006 00:22

מיינע פעסווארדס גנב'ט קיינער.

אויב דו וועסט נאך איינמאל קלאפן ווארפ איך דיר ארויס אינגאנצן, פריי דיר אז מען לאזט דיר שטיין ביים טיר.

גרויזאמער » 12/5/2006 00:24

איך הער טעלעפאן געשפרעכן אויך עס איז מיר זייער אינטערסאנט! ער סמאוקט אויך? אפססס פעטש... חברה לאמיר זיך אינטערגארטלען די לענדן און ארויסראטעווען יאנאש מפום אריותא!

גרויזאמער » 12/5/2006 00:27

ראטעוועט! זיי קומען ארויס צו מיר! זיי זענען געוואר געווארן ווער סגעט ארויס די סודות ה ע ל פ ט!!!!

sushi123 » 12/5/2006 00:31

: שרייב
: אזוי
: העי העי
: דו גרויזאמער דארט
 כאפט אים כאפט אים
: יאנאש איז קאמפליטלי נישט און דענדזער

התאחדות » 12/5/2006 00:37

אלץ דער דאיען פון די קרעטשמע, פיל איך פאר א חוב זיך אריינצומישן, רבותי לאזט נישט אייער ברודער פאלן, אל תתן דמו ארצה, ווער וועט קענען זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה.

מורי ורבותי מיר אלע נעמען זיך איצט צוזאם העלפן יאנאש מיט גרויסע האמער אז די חברה זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף זיי.

כולנו למערכה