היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מזל טוב: שמחת קישור החיתון בבית רבינו זצ"ל

מזל טוב: שמחת קישור החיתון בבית רבינו זצ"ל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1914440

שורשנגח » 11/5/2006 23:23

קול רנה וישועה באהלי צדיקים!

מיט גרויס שמחה און פרייד האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענומען די פרייליכע בשורה, פון די קישור החיתון פון בת הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר אלעד, ור"י סאטמאר בני ברק, מיט הבחור החשוב החתן בן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה סאטמאר מאנטיסעלאו.

רבי חיים צבי שליט"א איז דער זון פון הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר בארא פארק, איידעם פון כבוד קדושת מרן רבינו ברך משה זצ"ל.

די בחור האט געלערנט אינעם צענטראלן סאטמאר מתיבתא אין קרית יואל יצ"ו.

די ווארט קומט יעצט פאר אין בני ברק.

שישו שומחו בשמחת רבינו.

עס וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן די דאזיגע גרויסע מלכות'דיגע סאטמאר חתונה וואס וועט לכאורה פארקומען אין בני ברק.

אלעסאמת » 11/5/2006 23:35


[בילד – נישט אפגעהיט] קול רנה וישעה באהלי צדיקים


[בילד – נישט אפגעהיט]

דער רבי זאל לעבן א מזל טוב
[בילד – נישט אפגעהיט] בארא פארק רב א מזל טוב
[בילד – נישט אפגעהיט] אלע חסידים א מזל טוב
[בילד – נישט אפגעהיט]

כ"ק מרן רבינו שליט"א איז געווען שדכן

מקוה_איד » 11/5/2006 23:36

מזל טוב!

דער קעפל האט נישט קיין פירוש, מ'שרייבט נישט אויף א זצ"ל "בבית", אויב יא שרייב בבית הבעש"ט

נישט קשה

געשמאק » 12/5/2006 03:21

עס וועט זיין א הערליכע שמחה.

צוויי הערליכע רבי'שע הויפן.

איך גרייט מיך שוין אן די טייסטער. אויב וועט עס זיין אין ארץ ישראל וועל איך אי"ה צאלן א טיקעט פאר מיר און די בני בית.

מבני_בניו » 12/5/2006 03:28

מסתם וועט די רבי זאל זיין געזונט פארן קיין ארץ ישראל צו די חתונה (אויסער אויב סאיז אין יאר), מקען זיך שוין גרייטן צו א מסע המלכות?

מבני_בניו » 12/5/2006 03:31

אגב. וויאזוי קען זיין אז רבינו שליט"א מאכט שוין חתונה אייניקלעך און האט שוין א אור
אייניקל, רח"צ מייזליש טוט שוין א שידוך, און די סיגוטער האט נאך אפילו נישט בר מצוה געמאכט א
אייניקל?

(אויסגעמעקט ווערטער וואס פאסן נישט פאר אונזער פארום, דער מנהל) תוקן על ידי - כל_העולם - 12/05/2006 3:46:52

kj_village » 12/5/2006 03:35

מבני בניו

נא

אלעס האט א שיעור
טראכט פאר די שרייבסט

האסט געשריבען זייער נישט איידעל, הרחק מן הכיעור

תוקן על ידי - kj_village - 12/05/2006 3:37:04

13Hooper » 12/5/2006 03:44

מבני בניו אז די ווילסט שרייבען אזוי,  וועט מען דיך גערען שיין אויפנעמען אין חדשות אנש דסיגעט