היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » מ.י.ג. ארויס א געווינער

מ.י.ג. ארויס א געווינער

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1914033

שטיינזאלץ » 11/5/2006 17:33

נעכטען איז ארויס די פסק פון בית דין אז בנות ציון דארף צוריק נעמען די אומשילדיגע קינדער וואס איז מיט אומרעכט ארויס געווארפען געווארן וועגן פאלטשע שמועות 

אזוי אויך אז די טעראר פון 48 דארף זיך אפשטעלן גענצליך

bgnew » 11/5/2006 20:34

ירא הקהל וישפוט
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_חסידים » 15/5/2006 05:24

פאר'ן ארויספארן צו מאנטריאל צום ברידער'ס חתונה אין טאהש איז מען געפארן אין די לעצטע מינוט צו די קאמפעני אויפפיקן די גרויסע שיינע ספעציעלע איינגערישטע ווען וואס זאל מאכן באקוועם פאר רבינו שליט"א די נסיעה,

אהנקומענדיג פארטאג'ס צום פארקינג לאט פין די קאמפעני האט די קאמפעני געהאט צוגעגרייט צוויי שיינע ווענ'ס איין גאהר טייערע ווען וואס די פענסטער'ס מיט די רעדער זענען געווען צושאסן אין צושטאכן מיט א שיינע בריוו אין די ווען וואס האט קלאהר געמאכט ווער עס האט דאס אפגעמאכט אין די צווייטע ווען די מעהר פשוטער וואס מען האט געדינגען פאר רבינו שליט"א האבן זיי פשוט אפגעלאזט זייענדיג זיכער אז די שענערע האט מען זיכער געדונגען....

רבינו שליט"א וואס איז געווען דארטן בשעת מעשה האט גלייך שטארק אהנגעזאגט אלע מקורבים אין בני בית נישט צו פארציילן פאר קיינעם פין די מעשה כדי ס'זאל נישט ברענגען צו נקמה אין מחלוקת.

פאר פסח האט איינער פין די דעמאלס'דיגער משתתפים זיך ארויסגעכאפט מיט די מעשה אהנווייזנדיג אז אזוי לאנג שפעטער וועט שוין קיינער נישט נקמה נעמען.....

אבער ס'איז נישט דא וואס צו רעדן אז דאס איז די פשוטע באבובע דרך.

תוקן על ידי - רבי_חסידים - 15/05/2006 6:16:10

לכבוד_שבת » 15/5/2006 05:44

איך דערמאן מיר פינקט פין הושענא רבה אינדערפרי.

ווי באקאנט האט נ.מ.ג. געהאלטן א גרויסע העץ דרשה פיל מיט שנאה אין העצע אקעגן אונזער רבי'ן אין די קהילה וואס כיוצא מזה האבן עטליכע פין רב"צ'ס בחורים באקומען די היץ אין צובראכן די פענסטער פין כ"ק רבינו שליט"א אין ווען רבינו שליט"א איז הושענא רבה אינדערפרי ארויס צום דאווענען האט ער מיט די גבאים צוזאמען באמערקט די מעשה פשע.

איך געדענק נאך ווי די עולם האט דעמאל'ס געשמועסט אז אלע גאפלעך אין אנדערע היצער'ס האבן באקומען טעלעפאנען פין בית רבינו בשםב דעם רבי'ן אז מ'זאל זיך נישט דערוואגן עפעס צוריק צוטוהן אפילו א משהו.

איך מיין אז אסאך ליינער'ס געדענקען די מעשה.