היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » א יודעלע, שטארק אייך שטארקט אייך יודעלע

א יודעלע, שטארק אייך שטארקט אייך יודעלע

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1913982

ביסטגערכט » 11/5/2006 16:50

א גוטן אייך יודעלעך

איך בין נישט פרעמד פון שרייבן אויפן קאמפיוטער, אבער יא פרעמד צו רעדן צו איינעם צו צום עולם וואס איך קען נישט

אין די חוה"מ טעג האב איך מיך די ערשטע מאל דא אומגעקוקט געשמייכלט, געוויינט, רחמנות באקומען אויף אחים לדעה, תלמידי וחסידי קרעטשמע, די בכל אתר ואתר

באטראכדענדיג אלעס ארום, דריק איך אויס מיין יישר כח פאר יעדן שרייבער, עטס לייגטס אראפ א שיינע ארבעט

קרעמער » 11/5/2006 17:08

א קיש און א בייס?

וואו שטעקט אונזער נעבעכדיגקייט אז דו ברויכסט אונז באוויינען מיט קראקאדיל טרערן?

... איידער איך פארגעס: ברוכים הבאים און וועלקאם טו די קלאב, מיר האבן רחמנות אויף אייך אז איר זענט הערשט יעצט אנגעקומען... מיר האפן אז איר וועט אייך גוט געפונען דאהי, און אז איר וועט אויך ווייטער הנאה האבן פון אונז, און מיר פון אייך.