היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - אמור ס"ו

ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - אמור ס"ו

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1913387

בא_ללמד » 11/5/2006 05:13

דא האט איר די געלעגנהייט פאר קאמענטארן און אנאליזן.

faird » 11/5/2006 05:37

זייער נישט שיין פון די התאחדות. זיי האבן גענומען א צד אין די מחלוקה.

קוקטס אין "די צייטונג" זייט 30.

בא_ללמד » 11/5/2006 05:55

מילא התאחדות, זיי גייען שוין מיט די קאפ אין די וואנט פאר פופצן יאר, איך האף אז יעצט וועט עס גענצליך צושמעטערט ווערן. אונטער די היינטיגע אומשטענדן איז עס נאר א חורבן. מיר איז אינטערעסאנט אז אלבערט זעלבסט האט גענומען א שטעלונג, כאטש א באצאלטע. ביי די נייעס אז ר' אייזיק ספינקער האט גערעדט אין ראדני, ברענגט ער אראפ זיין גאנצע סטעיטמענט אז די רבי מיט צוואה מיט בלא בלא בלא.

מה_טובו » 11/5/2006 06:02

די פערד!

זאג וואס שטייט נישט שיק מיך יעצט 11:00 ביינאכט קויפן א צייטונג צו קוקן זייט 30!

אייןסאטמאר » 11/5/2006 21:07

איך לייען דעם בלאט און דער איד, און איך פארשטיי נישט, שוין די צווייטע וואך וואס דער בלאט שרייבט נישט קיין ווארט וועגן סיגעט, אבער דער איד הערט נישט אויף, פאריגע וואך מיט די עדיטאריעל, די וואך נאך א ארטיקל.

איך שטיי און שטוין, זיי האבן אלעס, די בנינים, די מענטשן, א הייליגן רבי'ן כפי הצוואה, אונז האב מיר גארנישט נאר א טענט מיט ראטן, און זיי שימפן און מיר נישט, קען מיר איינער דאס געבן צו פארשטיין.

און דא האט איר נאך היפאקרעסי, א טאג נאך די לווי' איז געווען אין אלע צייטונגען א באריכט מיט'ן זעלבן לשון אז די פייט איז גענדיגט ווייל ס' איז דא א צוואה אז רז"ל איז רבי, די נ.י. טיימס האט געהאט א בילד פון אינעווייניג אין שטוב ביים סיגעטער, באב ליעף האט געשיקט פרעסס רעליסס און געשאסן סטעיטמענטס בשם די סיגעטר, און די היפאקריטן שימפן היתכן סאטמאר האט געשיקט פרעסס רעליסעס וואס איז געווען אייגענטליך נאר אגרות שניות צו אפענטפערן זייערע אגרות ראשונות.

אויב דאס איז נישט היפאקרעסי, דאן וואס איז יא.