היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס איז דער פיינעל פלאן פו ל"ג בעומר?

וואס איז דער פיינעל פלאן פו ל"ג בעומר?

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912967

זשוליאני08 » 10/5/2006 19:49

רבותי

וואס איז געבליבן מיט ל"ג בעומר?
ווייסט מען שוין ווי מ'וועט מאכן די הדלקה?
און ווי מ'וועט מאכן די סעודה נאכמיטאג?

אסאך האלטן אז מ'זאל ווייטער מאכן די הדלקה אין קרית יואל ווי ביז היינט
און די סעודה דעם טאג דערויף זאל מען מאכן אין ווילאמסבורג

אנדערע  האלטן אז מ'זאל מאכן די הדלקה דא.
נאך אלעם, איז וויליאמסבורג נישט קיין מפיל קינד, און די סעודה דעם אנדערן טאג וועט מען מאכן אין קרית יואל.

עכטע_נייעס » 10/5/2006 20:01

איך האלט מ'זאל מאכן די הדלקה און ווילימסבוירג ביי די גרויסע פארק אויף lee cr, willson און דערנאך די לחיים און טענט לעבן הופפער

פאטאקי08 » 10/5/2006 20:18

איך מיין אז די שטאט וועט קיינמאל נישט לאזן מאכן אזא גרויסע הדלקה ווי מען האט געמאכט פאריאר אין ק"י
און אין PS16 זיכער נישט

געגאנגען » 10/5/2006 20:19

איך האב געהערט אז די הדלקה גייט זיין אין קרית יואל, און די צווייטע נאכט גייט זיין אין וויליאמסבורג. If it''s good marketed, you''ll buy it. but if it''s real you''ll FEEL it!

פאטאקי08 » 10/5/2006 20:22

ל"ג בעומר בייטאג גייט מען צום ציון הק'
און עס איז פראקטיש צו מאכן די טיש און ק"י אזוי ווי רבינו זצ"ל האט זיך געפירט

פארוואס זאל מען דארפן פארן אזוי סאך ווען יעדער קומט סיי ווי קיין ק"י צום ציון הק'?

mechel19 » 10/5/2006 20:25

לעת עתה איז דער פלאן אז די הדלקה ל"ג בעומר וועט זיין אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד עוועניו לעבן ויואל משה און נאכדעם וועט מען גיין אין שאטער צו הערן די דברות קודש מרבינו שליט"א, און שבועות איז דער פלאן צו זיין אין קרית יואל, אזוי איז יעצט דער פלאן, אבער אלעס קען זיך טוישן.

יענקעלע11 » 10/5/2006 21:52

רבותי, א מופת פאר אונזערע אויגן ! ! !
די הדלקה גייט דער רבי שליט"א הערשט אנצונדען נעקסטע וואך מאנטיג נאכט,
און די זאלונים פלאקערן שוין...
והיה טרם יקראו ואני אענה

עכטע_נייעס » 10/5/2006 22:11

דער פיינעל פלאן איז אזוי

די ערשטע נאכט גייט זיין אזוי ווי יעדס יאר און קרית יואל די הדלקה פארנט פון ביהמ"ד הגודל און דערנאך די לחיים און ביהמ"ד

צופרי גייט היי יאר רבינו שליט"א נישט גיין צום צין

די צווייטע נאכט גייט זיין א לחיים און ווילימסבוירג און נישט קיין הדלקה

פאטאקי08 » 10/5/2006 23:41

פארוואס גייט ער נישט גיין צום ציון?
אפשר וועגן שלושים?


BTW ס'גייט זיין עפעס ביי די שלושים?

עכטע_נייעס » 11/5/2006 16:14

יענקעלע11

איך זעה וואס א טאג נענטער צו ל"ג בעומר פלאקרען די זאלונים שטערקער און שטערטער

היינט האט זיך זייער (נישט געאסערטע.....)האט ליין אויפגעפלאקערט

לכוראה וועט זיין און דער איד די וואך אדער נעקסטע וואך אן עדיטאריעל...

מה_טובו » 11/5/2006 16:27

לכאורה איז שוין דא עפעס אן ארטיקעל,
פונעם הויעכגעשעצטע פראפעסער די בארימטע עדיטאריעל שרייבער.

ער ווייסט נאר נישט צו ער זאל עס לייגען אינעם איד, אדער אין זייער נייע צייטונג

די חרדישע וועלט

הבדלה_מנין » 11/5/2006 19:08

דרשה בענין הדלקה בל"ג בעומר ע"י גאב"ד קר"י (לשעבר)

http://s56.yousendit.com/d.aspx?id=1Y77T7M9PYQHB1O0BY5928BSYA

אייןסאטמאר » 11/5/2006 20:55

די סיגעטער זענן ביזי אז רבינו שליט"א איז א היפאקריט ווייל ער האט געהאלטן א דרשה קעגן הדלקה'ס און צום סןף מאכט ער אליין א הדלקה.

איך דארף אים נישט פארענטפערן, זיי ווייסן אויך דעם אמת.

אבער איך וויל יא זאגן וואס מיינט א היפאקריט.

מ' האלט א דרשה קעגן כל העולם כולו, א וואך דערנאך שיקט מען אריין א בילד פון רבינו זי"ע ביי חנוכה ליכט צינדן בביתו נאוה קודש וואס נאר א אינסיידער האט געקענט שיקן.

מ' עפענט א ישיבה און מ' זאגט ברבים אז ווי נאר עס וועט זיין 250 בחורים וועט מען עס צוטיילן, למעשה ווען מ' איז געקומען צום טעם טוט מען עס נישט.

נאך היפאקטריע באלאנגט אין אשכול "לייענערס רעאגירן"

יענקעלע11 » 11/5/2006 21:04

א היפאקראט הייסט ווען מען דרש'נט פאר בחורים מען זאל אויף שטיין פארטאגס לערנען, און דער בעל דרשן אליין פאפט ביז 10 אזייגער, און בכלל די באסעס צו די ישיבה פארן הערשט 8 אזייגער, דאס הייסט היפאקראטיע אין גרעסטן מאס. תוקן על ידי - יענקעלע11 - 11/05/2006 21:42:53

מה_טובו » 14/5/2006 08:47

ביטע נישט לייגן די זעלבע תגובה אויף צוויי פלעצער

תוקן על ידי - כל_העולם - 14/05/2006 11:51:19