היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » KJ Hatzollah EMT collides with off-duty cop

KJ Hatzollah EMT collides with off-duty cop

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912445

Mench » 10/5/2006 11:46

http://www.recordonline.com/archive/2006/05/10/brf616.htm
Monroe
Hatzollah EMT collides with off-duty cop

A Hatzollah EMT rushing to the Arden Hill campus of Orange Regional Medical Center ran a
red light and collided with a Honda driven by an off-duty New York City cop yesterday
afternoon.

The city cop, 42-year-old Mayra Liciaga, was turning left to get on Route 17 east at Exit
130. The EMT, driving an unmarked minivan but with a flashing red lights on the dash and
grill and EMT plates, went around traffic and through the red light at the intersection
with Route 208, striking Liciaga's Accord on the passenger side and spinning it around.

The EMT, 36, was transporting the grandmother of a 4-year-old child to
Arden Hill. The child, who was taken to the hospital for an allergic reaction, was in a
separate ambulance.

Minor injuries were reported.

Hatzollah is the ambulance corps of the Village of Kiryas Joel. State police have issued
no tickets, but are determining whether Schvimmer should have been driving in an emergency
manner.
Ramsey Al-Rikabi


תוקן על ידי - כל_העולם - 10/05/2006 20:16:27

זשוליאני08 » 10/5/2006 17:17

אויב ער האט נאר געטראגן די באבע פונעם קינד
פארוואס איז ער געלאפן א RED LIGHT?

פארוואס האט די הצלה עס געמוזט טאן?
פארוואס נישט גמ"ח הצלה?

פארוואס האט ער אנגעצינדן זיינע לעלוס?

פארוואס האט אים די פאליס נישט געגעבן קיין סומאנס?

עפעס שטימט נישט?

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:15

מנהל !
האב רחמנות!!

מעק אויס די אשכול שוין!

אז נישט גייט מען דא אויספראקן די הצלה און איינע פון די געטרייעסטע מעמבערס

און הצלה טאר נישט זיין קיין פאליטיק

אויסער דעם וואס מען טאר דא נישט רעדן פון קיין פריוואטע מענטשען

שמש! נעקסט טיים מעק אויס פונעם ארטיקל פריוואטע היימישע נעמען

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 10/05/2006 18:20:40

faird » 10/5/2006 18:22

קיינער גייט אים נישט אויספראקן, בארואיג דיך. יעדער ווייסט וואספארא וויכטיגע ארבעט די הצלה מאכט.

יעדער גייט עניוועי זען די נייעס. מעק נישט קיין שום נעמען.

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:27

פערד
האסט נישט געזען דזשוליאני'ס תגובה?

מנהלים אראפ דערמיט!!

מבני_בניו » 10/5/2006 18:32

פאטאקי, איך מיין דארפסט טוישן דיין נאמען צו פערד, זשוליאני פרעגט פלעין אז די מעשה שטימט נישט ווייל נארמאל וואלט די פאליס געדארפט געבן א טיקעט. במילא פעלט פרטים פון די מעשה, דעט'ס אלל.

ברענגנייעס » 10/5/2006 18:51

זשוליאני

מעשה שהי' כך הי'

א קינד האט באקומען אין חדר אן 'אלערדזשיק ריעקשאן' וואס כידוע קען דאס זיין זייער ערענסט, וואס איז געווען נעכטן

פארשטייט זיך אז מען זיכט גלייך די עלטערן, אבער דער טאטע איז געווען 'אוט אוו טאון' און די מאמע נישט אין קרית יואל

ווארטן האט מען נישט געקענט, ווייל דאס קינד איז נישט געווען 'סטעבעל' [סטאביל], דעריבער האט דער אמבולאנס תיכף זיך גענומען פארן צום שפיטאל, און ביזדערווייל איז מען געלאפן זוכן די באבע

דיין פראגע פארוואס מען דארף פארן שנעל, איז ווייל ער האט נאך געוואלט כאפן דעם אמבולאנס אונטערוועגנס, ווייל לעגאל אנצוקומען אין א שפיטאל אן עלטערנס רשות, קען מען נאר מיט 'אימפלייד קאנסענס' דאס מיינט, אפמאכן, אז דער טאטע/מאמע וואלטן זיכער געגעבן רשות ווען זיי ווייסן, אבער דאס טוט מען נאר ווען עס איז נישטא קיין שום אנדערע עצה, מה שאין כן, ווען מען האט געטראפן די באבע, דעריבער האט זיך דער מעמבער אזוי געיאגט

זשוליאני08 » 10/5/2006 18:51

פאטאקי, איך זוך נישט צו באשמוצן די הצלה חלילה, איך האלט גאר שטארק פון זיי אבער פארוואס האט נישט געטאן דעם דזשאב גמ"ח הצלה?

יעדער ווייסט אז הצלה איז געמאכט פאר מעדיקעל עמוירזשענסיס
און גמ"ח הצלה איז געמאכט צו טראגן משפחה מיטגלידער צו און פון שפיטאל.

עפעס שטימט נישט

ברענגנייעס » 10/5/2006 19:03

זשוליאני איצט פארשטייסטו

די אמבולאנס איז געווען אביסל ארויפציר פון די הצלה קאר

פאטאקי08 » 10/5/2006 19:05

דזשוליאני
פארוואס קומט זיך אים א טיקעט? ער האט דאך געהאט לייטס מיט בליצערס פון אלע זייטן?

עכטע_נייעס » 10/5/2006 19:08

איך זעה דא פון דזשליאני לעצט תגובה אז ער האט נישט געזעהן איין תגובה פאר זיינס פון ברענגנייעס ווייל ס'איז געשריבן געווארן די זעלבע צייט

Shamos » 11/5/2006 01:34

 

At 5:12 PM, Anonymous said…

there is no reason to drive a grandmother with lights and siren to the hospital.

this will give big trouble for hatzaola all over the state.

http://vosizneias.blogspot.com/2006/05/hatzolah-collides-with-off-duty-nypd.html

 

ברענגנייעס » 12/5/2006 00:47

חשובער מנהל

היות איך בין שוין ארויס פון חדר עטליכע יאר, איז מיר נמאס ומאוס, צו זעהן דעם שמש אראפ ברענגן אלע שטותים וואס יעדער "אנאנימער" שרייבער  אויף זיין בלאג, האט צו פארקויפן, עס צו זעהן געקאפיעט דא אויף אונזער פארק

לעצם הענין, די עלטערן אדער זיידע באבע איז געווען אן עמערדזענסי צו האבן אין שפיטאל ווען דאס קינד וואס האט געהאלט אן עלערדזשיק ריעקשאן און איז געווען אומ'סטאביל, און געמוזט גיין צו נאנטסטן שפיטאל, מיט עלטערן אדער אור-עלטערן

צוריק צו שמש, איך געב איבער מיין שטים רעכט פאר 'שמש' זאל ער אין צוגאב צו פירן דעם פארום לויט זיינע קאפריזן, אונז איינטיילן פונקטליך וואס צו שרייבן דא

Mench » 19/5/2006 23:18

The NYPD officers anti semitic comments towards jews 

http://p066.ezboard.com/fnypdrant64609frm1.showMessage?topicID=34841.topic