היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב

הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912265

natrul » 10/5/2006 03:08


הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב
די ראש ישבה קומט אן נעקסטע וואך בה"ב ווי ער וועט זיין און קאנדא, לאס אנדשלעס,
און שב"ק במדבר און מאנסי,
פרטים יבאו
הכונו לקבל פנים פני הגדול הדור

ווייז_הויז » 10/5/2006 04:30

Israel - Rabbis Get Female-Free Flight Israel - Two leading rabbis concluded an agreement with El Al, and bought all first class tickets, and asked the airliner to only post male stewards on the flight so they do not have to see women on their way to America, also to have it movie-free.  

The two rabbis are the Gerrer Rebbe and Rabbi Aharon Leib Steinman, 93, who will fly to visit American Jewish communities. 

The rabbis asked that the flight from Israel adhere to the strictest standards of modesty. Their aides agreed with El Al officials that they will not have to see women during flight. They bought all first class tickets on the flight to make sure no businesswomen are on board.

It was also decided that no films will be screened during the flight. Moreover, the backs of first class seats will be covered with plastic so that the rabbis won't even have to see the television screens. Responding to the report, El Al said: "We do not report on our costumers out of respect for their privacy."

majyar718 » 10/5/2006 06:16

כמיין אז דאס איז געלייגט געווארן דא אויפן נישט ריכטיגען פורום
קיינעם אינטערסירט דא נישט וועגן דעם מסייע לכופרים שטיינמאן אדער גור

wassa_dif » 10/5/2006 06:25

איך מיין אז ס'יא געלייגט אויף די ריכטיגע פארום. סאטמאר דארף עם אנגרייטען אזא ברוך הבא ווי ער האט געהאט דא לעצטע מאל.[בילד – נישט אפגעהיט]

majyar718 » 10/5/2006 06:30

לא זו הדרך!
נישט דאס האט אונז אונזער רבי בעל ויואל משה זי"ע געלערענט אז מען שרייט נאך רעבנים אויף די גאסן,

זאלן די שווארצע מיט די בעק'ניקעס קער נעמען....

געגאנגען » 10/5/2006 06:38

וואסא. דאס איז נישט א נטורי קרתא פארום, דאס איז א סאטמארע פארום... יחי ההבדל הקטן [?]. און דו מעיזשאר ביזט אויך נישט גערעכט, מ'שרייבט נישט דעם נאמען פון א תלמיד חכם אן קיין הרב, דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט אפילו אויף קוק ימ"ש אויך געשריבן הרב.

wassa_dif » 10/5/2006 08:24

געגאנגען פאריגעס מאל זיינען רוב מוחים געווען פון סאטמאר. פון וואו נעמסט דו אזא שטות אז דער רבי האט געשריבען אויף קוק ימ"ש רב?

SIM89 » 14/5/2006 11:55

היינט אינדערפרי, איז ארויס בשעה טובה ומוצלת כ"ק הגה"ק רבן של ישראל הגראי"ל שטיינמאן שליט"א צוזאמען מיט כ"ק אדמו"ר מגער שליט"א.
דער ראש ישיבה שליט"א מיט'ן גערער רבי שליט"א, איז געפארן קיין לאס אנג'לעס דורך לאנדאן. אין וועט וויילן אין לאס אנג'לעס ביז דינסטיג מיטאג.
דאן די געהובענע שיירה וועט וייטער פארן קיין מאנטריאל און טאראנטא.

די בלויזע מטרה פון די נסיעה איז לרומם קרן התורה והיראה והחינוך הטהור, מעורר צו זיין אידישע קינדער לאזן אוועק אלע מפריעים, און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש אהן לימודי חול.
פון דא אין וייטער לאז אפ דער גערער רבי שליט"א די געהויבענע נסיעה.

דער ראש ישיבה וועט אנקומען דאנערשטיג נאכט צו די קאנווענטשען פון תורה ומסורה, משמיע זיין מדברות קדשו פאר פולע מחנכים פון איבער גאנץ ניו יארק.

פרייטיג אינדערפרי, וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן אויף א קורצען בליצידיגע באזוך אין די גרויסע היכל התורה  אין לייקוואוד, און משמיע זיין מדברותיו לאלפי בני התורה.
אין שבת קודש וועט ער זיין אין מאנסי ביי אכסניא בבית הנגיד הרב שמעון גליק.

זונטיג וועט דער ראש ישיבה ארויס פליען נאך מעקסיקא, וואו וועט פארקומען א ריזיגע מעמד חיזוק פאר פולע טויזענטע אידן אויפן זעלבע ציל פון די אויבעדערמאנדיגער מטרה.
דינסטיג און מיטוואך וועט מען ווייטער פארן מחזק זיין די אידישע קהילות אין בראזיל און אין ארגענטינא.



דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעזר השם צוריק קומען קיין ארץ ישראל ליל שישי פרשת במדבר.


יהי צאתו ובואו לברכה להרמת קרן התורה והיראה הטהורה.

דאס יהדות החרדית קוקט ארויס מיט גרויס הערצה, אויף די טירחה דגופא ומסירות נפש פונעם רועה נאמן, וואס טראץ זיין טיפן אלט (העכער ניינציג בליעה"ר לאויש"ט), לאזט זיך אוועק מרבה זיין כבוד שמים, און מוסר נפש אויפן חינוך הטהור שלא תשתכח תורה מישראל.


נבוכדנאצר » 14/5/2006 18:49

SIM

פארוואס ווילסטו זיין דער גורם פאר בזיונות און דערציילן די פאקטן פון ר' שטיינמאן? מתוך שבחו וכו'.

דו ווייסט דאך אז דא איז סאטמאר, גיי שרייב רבן של ישראל ביי די ישראלים, רבן של ישראלים, לאז אונז געמאך. מיר קענען אל"ף בי"ת אהן דעם רבן און אהן דעם מרן און מיר וועלן ווייטער קענען בעז"ה. קריגן קענען זיי זיך אהן אונז, און מיר אויך אהן זיי.

אויב הערסטו נישט אויף, וועל איך דא ארויפלייגן דעם גאנצן קונטרס "רעים שחתו כרמי" און דעם אנדערן קונטרס וועמענס נאמען איך געדענק נישט אויף דער רגע, וועלכע זענען ארויס צו זיין קבלת פנים פריערדיגעס מאל. נאכדעם וועלן מיר זעהן צי ער איז רבן של ישראל אדער RABBI OF ISRAEL.

דרך צלחה

SIM89 » 14/5/2006 19:33

קענסט ריכטיג בלייבן אזוי וואו דיין נאמען איז.

וועט דיך גארנישט העלפן, הגה"ק רבי אהרון לייב שליט"א איז קדוש ונערץ בפי כל ישראל.
ער האט געראטעוועט עולם ישיבות, אין צוליב אים קענמען היינט ריכטיג לערנן אן צו מורא האבן פון קיינעם.

ער פייפט אלע קנאים אהן, ס'גייט איהם גארנישט וואס מ'זאגט אויף איהם. ער מאכט אלעס בלויז בלתי לה' לבדו.
ער איז די איינציגער אין אונזער דור וואס איז מוסר נפש כפשוטו, שלא תשתכח תורה מישראל.
ער לאזט זיך אוועק אלס אויף איין ציל,, מ'זאל נישט שיקן קינדער צו ערטער וואו מ'לערנט לימודי חול, ער ארבעט אויף איין זאך, זאל אלע ישיבות און חדרים און מיידל שולע, זאלן קענען מגדל זיין ערליכע דורות בלא תערובת זרה (אין זיין ישיבה פריוואט נמט מען נישט געלט פון די מדינה).
מ'רעד פון א איד וואס שלאפט נישט אין א מעת לעת מער פון 2- 3 שעה, וואס זאגט צענדליגע שיעורים אין א טאג, פון 4 אזייגער פארטאגס פארן נץ דאווענען, ביז 12 אזייגער ביינאכט.
ס'רעדזיך פון א איד וואס פירט רוב עולם התורה, וואס זאגט שיעורים כסדרן אין עטליכע ישיבות און כוללים, און שטייט און שפיץ פונעם גרעסטן און חשובסטע כולל, כולל פאניוועז' וואו ער זאגט א שיעור כללי יעדן מיטוואך אינדערפרי פאר 700 אינגעלייט פון די גרעסטע תלמידי חכמים און דור.
ער זאגט יעדן וואך צויי שיעורים כלליים און צוויי גרויסע ישיבות אין בני ברק "גאון יעקב" וואס ער האט געגרינדעט פאר 30 יאהר. אין "ארחות תורה" וואס ער האט מייסד געווען פאר 9 יאהר, און פארמאגט העע 300 בחורים.

 א איד וואס איז ריכטיג לא ננ מהעולם הזה אפילו באצבע קטנה. ער פלעגט פאסטן יעדן מאנטיג און דאנערשטיג. און זיין גאנצע מאכל איז בלויז ברעקלעך ברויט איינגעטונקט אין מילעך. און אביסל ערד עפיל אהן זאלץ...
ער זיצט אויף א בענקל אהן האלטער (משענת).

די אלע בלבולים פון "נחל חרדי" איז עלילת דם. און מיט "חוק טל האט ער געראטעוועט עולם התורה.

moshe06 » 14/5/2006 20:14

sim  די שרייבסט

ער לאזט זיך אוועק אלס אויף איין ציל,, מ'זאל נישט שיקן קינדער צו ערטער וואו מ'לערנט לימודי חול, ער ארבעט אויף איין זאך, זאל אלע ישיבות און חדרים און מיידל שולע, זאלן קענען מגדל זיין ערליכע דורות בלא תערובת זרה ........

י בלויזע מטרה פון די נסיעה איז לרומם קרן התורה והיראה והחינוך הטהור, מעורר צו זיין אידישע קינדער לאזן אוועק אלע מפריעים, און מחנך זיין די קינדער על טהרת הקודש אהן לימודי חול.
פון דא אין וייטער לאז אפ דער גערער רבי שליט"א די געהויבענע נסיעה.......................


איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר

איז ער נישט פין די גרעסטע גורמים אז מען זאל איינפירען תבנית הליבה אין די חרדישע תלמידי תורה????
תבנית הליבה איז דאך לימודי חול??!! נישט אזוי??

דאן, וואס וויל ער פין אנדערע???
פארוואס עימו בבית מעג מען לערנען לימודי חול, אין ערגעץ אנדערש נישט?????

זאלן זיי זיך קודם אויסשליסען פין טריפנה געלטער פין די מדינה, אז אז מען זאל ביי זיי נישט מיזען לערנען לימודי חול
דערנאך זאל ער קימען איינטיילען דא אין חוץ לארץ וואס מען ברויך צי טיען!!!!!!!!!


איך פארשטיי אינגאנצען נישט זייער נסיעה, אתמהה
גיב ביטע א בעסערע הסבר אויף די נסיעה, ווייל לימודי חול איז נישט די סיבה בשעת ווען ביי זיי אין חדר האט מען פורץ גדר דעווען די גדרים צלויב אפאר דאלער

אין אייןוועגס זיי שוין מסביר זייער היתר אויף תכנית הליבה תוקן על ידי - moshe06 - 14/05/2006 20:23:53

נבוכדנאצר » 14/5/2006 22:00

כ'האב נישט קיין צייט פאר קיין אריכות'ער

נאר איין קורצע מעשה'לע

איינער פון די סטאלינער רבי'ס (די ידענים דא וועלן מיר העלפן געדענקען ווער דאס איז געווען) האט אמאל געזאגט פאר זיינע מקורבים:

ס'איז דא א איד אין ווארשע, ער זיצט א גאנצן טאג אין טלית און תפילין, אבער ער וועט פון גיהנם קיינמאל נישט ארויסגיין, ווייל ער איז א ציוניסט.

(הרה"ח ר' יו"ט שמחה עהרליך ע"ה, רננו צדיקים ערגעץ)

נבוכדנאצר » 14/5/2006 22:05

און צו לעצט, א ווארט וואס הגאון ר' אברהם יושע סאלאווייטשיק שליט"א האט געזאגט ביי דעם ערשטן "מסע חיזוק" פון די צוויי שותפים (אין זה לשונו ממש, כ'דארף נאכזוכן דעם לשון גענוי ואין הקונטרס לפני עכשיו):

וואס פאהרט ער מחזק זיין תורה אין אמעריקע? זאל ער פריער אויפהערן אויסרייסן תורה אין ארץ ישראל.

natrul » 15/5/2006 00:54


סאיז כמעט  נישט דא נאך א מענטש וואס איז אזוי ארויף געקוקט ווי רב שטיינמאן שליט"א,
(ער איז נישט די בעלזער און נישט דער גערער,)

 חוץ פון די אפאר מושגאים פון נתורי קרתא, איז ער איבראל רעספעקטעט, אפילו אין סאטמער!

(וועגן ער האט אנדרע שיטות מיינט עס נאך גארנישט, קוק ביים ר ' יואליש מסאטמער זצ"ל אפילו רוב וועלט האלט נישט פון זיין שיטה נאך אלס איז ער רעספעקטעט,)


יהא באו לברכה להרמת קרן התורה

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1917141- pictures

תוקן על ידי - natrul - 15/05/2006 1:13:00

wassa_dif » 15/5/2006 01:25

NATRUL וואס האקסט דו אין קאפ אריין? אייסערונגען אזוי ווי "יעדער" קוקט ארויף צו עהם זאלסט דו לאזען פאר די יאטעד אזג. מיר זיינען שוין נישט קיין קליינע קינדער און מיר קויפען עס נישט. דער קליינע ראש ישיבה איז אויסגעלאכט ביי די ליטווישע, ווער רעדט נאך פון אין סאטמאר. ער קען נישט לערנען און ר' שמואל בירנבוים האט עם גוט אריינגעפליקט די לעצטע מאל וואס ער איז דא געווען. זיין מחוזק מאכען (אנטשולדיגט, מחזק זיין) פון לייקוואוד (ער איז געקומען מיט וועכטער און הונט!) האט שטארק נישט געלונגען ביי די יונגערלייט. ווער ס'געקומען איז נאר געווען אלץ נייגעריגקייט. אין בארא פארק און אין מאנסי האט מען עהם באשריגען. די יאטעד האט עהם פארקויפט מיט א קאקא קאלא PR קאמפיין, און די נאוואמיסקער! האט עהם באקרוינט פאר גדול הדור פון אלע בני תורה. פאר שנאר איז עהם דאס געלונגען, איז ער א געלונגענער שנארער, בנוסף צו זיין אנדערע מעלות ואין כאן המקום לפורטם כי רבים הם. זאל ער גיין בעסער מחזק זיין פראנקרייך. איך האב מיך נאך נישט אנגעהויבען מיט זיין רשעות און זיין צביעות, אדער פון זיין שטוב מענטשען, אבער איך וועל עס לאזען פאר אן אנדערס מאל.

majyar718 » 15/5/2006 01:50

ער מעג קענען כל התורה כולה א שותף לכופרים איז ער און סופו לגיהנום יא! אים וועט מען פראקן פארן אריינשלעפן טויזענטער צום מלכות המינות והרשעה עהרליכע אידן זענען נישט נתפעל פון זיין תורה בבחינת טובל ושרץ בידו ער פארשוועכט די תורה צוזאמען מיט זיין שותף רב אלישיב וואס זייערע מענטשן זיצן בשלוחתם אין כנסת המינים והאפיקורסם תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 22:46:47

natrul » 15/5/2006 02:05

אפשר 5% חרידשע אידן האלטען נישט פון עיהם,
 און זיין פסק האט א מעכטיקע כוח, (ווען נישט רב אלישיב פסק ביי די שייטלעך וואלט גארנישט געווען אנטגעקן די אינדיאנער שייטלעך)
 און ווי ער גייט קומען טויזענטער מענטשען צו זיינע אסיפות, קבלת פנים, יא אפילו סאטמערע אידן, (די פאר שרייבערס אויף היידפארק רעפזענטירט נישט גאנץ סאטמער און דע גאנצע חרידשע וועלט,) און דאס אז 25 גוים/אידן האבען עיהם באשריגען מיינט נאך גארנישט,
 וויפל מענטשען האבען באשריגען די סיגוטער זצ"ל פאר זיין לויה? הא? און וויפל האבען באשריגען ר' יואליש זצ"ל ווען ער איז געקומען לארה"ק? 

majyar718 » 15/5/2006 02:18

natural
זיי מוחל פוץ אפ פון דאנעט
קום נישט פארקויפן דא דיין קרעפ
גיי שרייב אין אנדערע פורומס ווי דיינע גלייכן געפינען זיך
דא בין איך דיר מודיע אז ביסט נישט וועלקאם
גיי דיר מיטן פייגל צוזאמען


 

גאסט » 15/5/2006 02:20

naturl
איך ווייס איינער וואס

* מיליאנען מענטשען וואס האלטן פון אים
* ווען נישט זיינע פסקים וואלט די וועלט געהאלטן זייער נידעריג (אויב איז עס נישט גענוג נידעריג)
* ווי ער קומט מאכט מען אים א ריזיגען קבלת פנים
* ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די פאר הייד פארק שרייבערלעך
* זיין תורה איז באקאנט פאר די גאנצע וועלט
* א קאפל האט ער א גרעסערס פון הר' שטיינעמאן


די ווייסט אפשר ווער דאס איז???





























דער הויכגעשפריצטער פויבסט
(איך זאג נישט להבדיל)

ביי אונז ווייסט מען אז נישט דעם וועם די צייטונגען דרייען אן אז ער איז דער גדול הדור, איז עפעס. אסאך מאל איז דאס דער פארקערטער סימן. מ'דארף קוקן וואס די וואס מאכן אים פאר גדול הדור וואס זייער אגענדע איז. והרב קוק ימ"ש יוכיח

ועוד חזון למועד 

wassa_dif » 15/5/2006 02:20

NATRUL דו ענטפערסט נישט צו דער זאך. מ'זאגט דיר אז ער שטופט די וועגאלע פון כפירה ומינות, אז ער איז א בלוטיגע רוצח פון נח"ל החרדי, אז ער מאכט חרוב די ישיבות מיט וועדת טל, אז ער קען נישט לערנען וכו' וכו'. און דו ענטפערסט אז טויזענטער מענטשען האלטען פון עהם. איך גלייב אז מאטיסיאהו האט מער שעצערס ווי עהם, און ס'קען זיין ער איז מער עהרליך אויך.

majyar718 » 15/5/2006 02:24

א נייע אנשיקעניש פון מאנסי
קומט דא אדווערטייזן ראביי שטיינמאן....
וועם גייט דא אהן רב שטיינמאן?
אונז זעמיר נישט אינטערסירט פון אים אפילו ווען ער קומט קיין קאנאדא אדער ער שניידט זיך די נעגל...
הו קערס!

בא_ללמד » 15/5/2006 02:25

נבוכדנאצר. איך האב געהערט אז ר' אברהם יושע האט זיך אויסגעדרוקט "ווער ווייסט וואספארא חורבן הדת וועט נאך ארויסקומען פון זיין חיזוק התורה"...

wassa_dif » 15/5/2006 02:25

majyar איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. מ'זאגט נאך איך מיין בשם דער אלטער בעלזער רב, אז יעדער שטאט מוז האבען א שייגעץ וועם צו שלאגען אקעגען. און אויב ס'נישט דא דארף מען אפילו דינגען איינער. אז SIM און NATRUL האבען זיך וואלונטיערט איז זייער שיין פון זייער זייט, טרייב זיי נישט אוועק. זאלען זיי ווייטער פלוידערען, ס'א געלעגענהייט פאר עהרליכע אידען איינצו'חזר'ען אז מיר האבען נישט מיט זיי און נישט מיט זייערע גדולים.

majyar718 » 15/5/2006 02:36

wassadif
פלוידערן? אויף אונזער עקספענס?
עפעס מאכט נישט סענס דא...
איך הייב אהן צו טראכטן אז עפעס ווילן זיי דא בלעקמעילן...די אידיש זייערע איז צו היימיש...

אפשר סאבאטאזשן דעם פורום???

wassa_dif » 15/5/2006 02:51

majyar איך האב הנאה אז ס'מאכט זיך אמאל אמאל אן אשכול וואס איז א בחינה פון אז נדברו, אז מ'רעדט וועגען די שיטה און נישט נאר פאליטיק. וואס האבען די צוויי נאראנים זוכה געווען אז ס'זאל קומען דורך זיי, ווייס איך נישט.

natrul » 15/5/2006 03:11

ביזדערווייל האט קיינער נאך נישט נארמאל גענטפערט, נאר אז ער איז א ---, אבער נאך אלץ קען איך נישט פארשטיין פוו' 95% חרידשע אידן האלטען פון עיהם, ווען מכלומרשט דארף ער נאר געבען דברי כפירה?
-------------------------------------
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%A8%D7%91_%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%A2%D7%9E%D7%90%D7%9F תוקן על ידי - natrul - 15/05/2006 3:26:44

kerry08 » 15/5/2006 03:31

ס'איז אומגלויבליך צו זעהן ווי מען האט מעשיגע געמאכט זקנים ונערים אויף אזא שרעקליכען פארנעם.

מענטשען וואס זענען איינגערעדט אז חוק טל איז א בער און איינע פון די סכנות וואס הערשען אויף כלל ישראל.

אפגערעדט פון תוכנית הליבה וואס עס איז נישט דא אפילו קיין דריי פראצענט  אין סאטמאר וואס זאלען דאס קענען מסביר זיין.

איך וואלט געגעבען דעם כבוד פאר Mayjarדאס מסביר צו זיין - איך מיין אז מען וועט זעך קענען האלטען ביי די זייטען!!

ספוט » 15/5/2006 03:45

גייען די סאטמארע חברה נאכאמאל מאכען א פראטעסט א קעגען עם אין מאנסי אזוי ווי לעצטע מאל:????

wassa_dif » 15/5/2006 03:55

דער וויקי איז שוין פארראכטען.

SIM89 » 15/5/2006 11:54

איך וויל דא עקלערן עפעס.

אמת, הגה"ק הרב שטיינמאן שליט"א איז נישט קיין סאטמערער חסיד, און גייט נישט אויפן וועג פון רביה"ק בעל "דברי יואל"-"ויואל משה" זיעוכי"א.
אבער. ס'איז גאנץ באקאנט אז דער רבי זיע"א האט געזאגט אויף איהם גאר הויכע זאכן אלס א יונגע אינגערמאן.

איז דאס געווען אין דער שווייץ באלד נאכן קריג, איך וועל נישט ארויף לייגען די גאנצע געשיכטע דא, ווייל ס'איז שוין גאנץ באקאנט.

ער גייט אויפן וועג פון הייליגן חזון איש, און נאך ליטווישע גדולים, און אין זייערע וועג ער טוט אלעס מיט מסירות נפש, כדי צו ראטעווען עולם התורה פון די רשעיותדיגע פלעינער פון די ציונים ארורים ימ"ש וזכרם.
די נחל חרדי געהערט נישט צו איהם, אבער מיט זיין וועג ווי ער האט זיך געפירט מיט די נחל חרדי, האט ער גורם געווען אז ס'איז נישט קיין סכנה פאר ישיבה בחורים.
ער האט דאך אמאל געשריבן א קלארן בריוו וועגן נחל חרדי מיט זיין מיינונג צו הגה"צ ר' דן סגל כדי צו ליינען אין א פראטעסט אנקעגן די נחל, און מ'האט איהם דאס נישט געלאזט ליינען דארט.
ער האט געלאזט זיין מיינונג דארט, אז טאמער די נחל איז נאר פאר מחללי שבת ועוברי כריתו, אזוי וואו איז דאס טאקע, איז נישט אונזערע אחריות לוחם זיין אנטקעגן דעם, אבער דייער וואס שיקט אהין א בחור וואס איז נישט קיין מחלל שבת אא"וו איז א עווןמ פלילי שלא ינקה.

ער פארט אומעטום, און ער זאגט איין זאך, מ'זאל זיך אינגאנצן אוועק געבן פאר תורה.

ער האלט היינט צו טאג, טויזענטע כולל אינגעלייט. ער טיילט מיליאנן כספי צדקה יעדן חודש. ער עפענט כסדר נאך כוללים.

מיט חוק טל האט ער זיכער געראטעוועט עולם התורה, ווייל צוליב אדעם קענמען היינט לערנן במנוחה אין די ישיבות, אהן צו מורא האבן פון גזירות.
ס'איז קלאר אז אהן די חוק, וואלט געווען היינט א שווערע מערכה אנטקעגען גיוס בני ישיבות, און ס'איז קלאר אז אלע ערליכע אידן וואלטן נישט געגאנגען צום מיליטער, אבער ס'וואלט געווען א סאך ביטול תורה ארום דעם, און אויך וואלן די שוואכער מערער, וואלן נישט עומד געווען בניסיון און וואלן יא געגאנגען און מיליטער רח"ל.


די אלע וואס שרייען אנקען איהם קומען נישט אהן צו זיין מידנסטע השגות, נישט בתורה, נישט ביראת שמים, און נישט מיט אחריות אויף כלל ישראל.

טאקע ער איז נישט קיין היימישע סאטמערער, אבער ער איז אסאך מער אפגעהיטן און הייליג, בלתי לה' לבדו פון אסאך חשובע סאטמערע אידן.

SIM89 » 15/5/2006 12:18

ס'איז כדאי צו באמערקן נאך א זאך.
די אלע לוחמים אנטקעגן דער הייליגער ראש ישיבה שליט"א זענן מענטשן וואס זענן מסוגל אויף אלע עבירות.
אינטרעסאנט אז פונקט ר' זלמן לייב מיט ר' משה מנחם טירנויער זיי זענען די גרויסע קאכערס.
דאס זאגט מער פון אלעס.

moshe06 » 15/5/2006 18:31

sim די שרייבסט

ס'איז קלאר ווי דעם טאג, ער קעמפט בכל כוחו, אז און אלע הייליגע חדרים, גייט מען נישט נאך. ס'וועט גארנישט אריין גיין פון תוכנית הליבה. אין קיין תלמוד תורה וועט ער נישט אריין לאזן דאס מידנסטע שייכות פון זייער לימודים.

וואס יא?

וועגן די מוסדות פון חינוך עצמאי, פאר קינדער נישט פון היימישע קרייזן, אדער פאר מיידעלעך, וואס אלע יאהרן האבן געלערנט לימודי חול, און גענימען שטיצע פון די מדינה....אויף זיי לאזט ער צו חתמנ'ן אויף תוכנית הליבה, בתנאי אז משרד החינוך וועט נישט אריין מישן און דער תוכן.


סים, זאג מיר בלויז די נעמען

אין וועלכע מוסד לערענט מען יא לימדי חול, תוכנית הליבה
און אין וועלכע מוסד מען לערנט נישט  לימדי חול, תוכנית הליבה

אין די מוסדות לערענט מען נישט, זיי קעמפען {גר,שטיינמאן}בכל כוחו אז מען זאל נישט לערנען דארט די זאכן

}

}

}

}

}

אין די מוסד איז ער יא מתיר, דא לאזן זיי {גר, שטיינמאן}יא ער לערנען די טריפנה לומדים

}

}

}

}

}

איך ווארט צי זען וועלכע מוסד עס גייט אריין אין זיין ערשטע גדר, אין וועלכע מוסד אין זיין צווייטע גדר

תוקן על ידי - moshe06 - 15/05/2006 18:33:26

SIM89 » 15/5/2006 19:15

ער איז נישט מתיר אין קיין מוסד.
א פינטל.

ער זאגט, אז א מוסד וואס לערנט סיי וי. מעג חתמ'נען אז ער לערנט, בתנאי כפול, אז משרד החינוך מעג נישט אריין מישן אין די פלענער און די תוכן פון וואס מ'לערנט.

moshe06 » 15/5/2006 19:23

sim

די ווערטער האסטו געשריבען, מרצונך הטוב {אפאר תגובות ארויפציר}

ס'איז קלאר ווי דעם טאג, ער קעמפט בכל כוחו, אז און אלע הייליגע חדרים, גייט מען נישט נאך. ס'וועט גארנישט אריין גיין פון תוכנית הליבה. אין קיין תלמוד תורה וועט ער נישט אריין לאזן דאס מידנסטע שייכות פון זייער לימודים.

וואס יא?

וועגן די מוסדות פון חינוך עצמאי, פאר קינדער נישט פון היימישע קרייזן, אדער פאר מיידעלעך, וואס אלע יאהרן האבן געלערנט לימודי חול, און גענימען שטיצע פון די מדינה....אויף זיי לאזט ער צו חתמנ'ן אויף תוכנית הליבה, בתנאי אז משרד החינוך וועט נישט אריין מישן און דער תוכן.

יעצט בעט איך דיר צום צווייטען מאל
אין וועלכע מוסד לערענט מען נישט ליבה???





אין וועלכע מוסד לערענט מען יא?????





הא הא ????

moshe06 » 15/5/2006 19:27

אז די ווילסט קען איך דיר פעגן מער דיירעקט
אבער קודם ענטפער מיר מיין אויבערשטע שאלה


האט מען איינגעפירט אין גור חדר די ליבה פראגראם???
יא אדער ניין??

איז דא א ליטווישע ת"ת פין די וואס זענענן אדוק ומקושר צי די מדינה
ווי מען לערנט נישט די ליבה פראגראם???

אויב יא וועלכע?????

SIM89 » 15/5/2006 19:35

אין אלע ליטווישע חדרים, לערנט מען  נישט די "ליבה" פראגראם.
דאס הייסט כלפי די מדינה "מוסדות פטור", זיי באקומען נישט פולע שטיצע פון די מדינה, זיי לערנן על טהרת הקודש, און זיי לערנן נישט קיין לימודי "אזרחות" אא"וו. (וואס אין חוץ לארץ לערנט מען יא).

די מוסדות פון חינוך עצמאי, דאס מיינט א, קינדער שולע אין גאנץ ארץ ישראל, וואס רובא דרובא זענען פון פרעמדע שטיבער, דארט לערנט מען אלע יארן א סאך לימודי חול, וואס אלעס גייט אריין בכלל די ליבה פראגראם.
די מיידלעך שולע "בית יעקב" זענן אויך אריין גערכענט אין חינוך עצמאי.

רובא דרובא פון די תלמודי תורה אין ארץ ישראל זענען נישט "חינוך עצמאי". נישט חסידישע חדרים און נישט ליטוישע. אויסער גער, וואס זענען יא חינוך עצמאי, ווייל זיי וילן פולע שטיצע פון די מדינה, אבער זיי לערנן נישט לימודי חול אזוי ווי אנדערע מוסדות פון חינוך עצמאי.
צאנז און חב"ד, זענן די איינציגע פרומע, וואס זיי זענען אינגאנצן אין משרד החינוך, אין ממלכתי דתי.

גאסט » 15/5/2006 19:59

SIM

אזויפיל זעה איך ביזטו יא מודה. אז די בית יעקב מיידלעך וועלן זיך אנלערנען אלעס טריפה און נאר די מענער זאגסטו וועלן לערנען על טהרות הקודש.

אויב אזוי איז דאך באקאנט די גמרא וואס א ווייב קען טון מיט א מאן. און דאס אידישקייט קומענדיגן דור וועט זיין פירות פון דעם ליבה פאגראם (נישט קיין טעות)

אלעס א דאנק דעם הר' שטיינמאן. יא יא WE ARE WAY PAST THIS BLUFF

moshe06 » 15/5/2006 20:01

איז דא איינער וואס איז באהאווענט מיט די פאקטן???

אין "דער בלאט" איז געשטאנען וועכענטליך מחאות קעגן גער ווייל זיי לערנען לומדי חול, ליבה פראגראם וכדומה,
סים טענה'ט אז עס איז נישט אמתער זאגט אז זיי לערנען נישט! איך כשלעצמי גלייב איך נישט וואס סים שרייבט
איז דא איינער וואס ווייסט וואס דארט גייט פאר???

די זעלבע איז מיט די ליטווישע תלמידי שטיינמאן
אין "דער בלאט" האב איך געליינט וועכענטליך אז זיי אלע גייען, אדער האבן, זיך ציגעשטעלט צי ליבה פראגראם
סים טענה'ט אז עס איז נישט אמת! איך כשלעצמי גלייב איך נישט וואס סים שרייבט

איז דא איינער וואס ווייסט וואס דארט גייט פאר???? איז עס אמת אדער נישט???? תוקן על ידי - moshe06 - 15/05/2006 20:04:16

SIM89 » 15/5/2006 20:07

איך בין מודה א\ 'מלערנט אין בית יעקב מיט די מיידעלעך לימודי חול.
איך בין נישט מודה אז מלערנט לימודי טריפה. ס'איז דא פולע ערליכע אידן אין ארץ ישראל, פון אלע קרייזן, וואס זייערע מיידעלעך לערנן אין "בית יעקב" שולע, קיינער איז נאכנישט אראפ פון וועג, צו לערנן ח"ו לימודי כפירה.
משרד החינוך פאדערט מ'זאל לערנן געוויסע שעות יעדן טאג, "חשבון" "אזרחות" (וואס איך האב געלערנט אין סאטמערע חיידער אין לאנדאן דורך א מאדערנע טיטשער) וכדומה, וואס מ'לערנט סיי וי אלע יאהרן!
זיי האבן געפאדערט אז מ'דארף חתמ'נען אז מלערנט דאס טאקע, און ס'וועט זיין א "פיקוח" אויף דעם (וואס אין סאטמערע חיידער אין לאנדאן איז אויך געקומען א גויאישע מפקח צו נאך קוקן צו מ'לערנט ריכטיג ענגליש מיט "חשבון"). דאס האט הרב שטיינמאן מתיר געווען בתנאי אז זיי ועלן נישט אריין מושן און זאגן דעות אויף וואס מ'לערנט.
אויב דאס איז א "עולה" צו איהם באשייגעצן, קענסט באשייגעצן די חזון איש, וואס האט מתיר געווען בכלל די חינוך עצמאי.

אגב, אויפן הייליגן חזו"א זענן אויך גענומען די קנאים צו שרייען, אין אויך אפאר עטליכע "חכמים" געטהנהט אז ער קען נישט לערנן.

SIM89 » 15/5/2006 20:13

מוישה.
קענסט קומען באזוכן אין ארץ ישראל.

אין בני ברק, זענן דא צענדליגע ליטווישע חדרים, וואס מ'לערנט קוים איין שעה א טאג אביסל חשבון.
אזוי אויך אין קרית ספר, און ירושלים און אין אלע היימישע ערטער.

אלע חסידישע חדרים, זענען אויכעט אויפן זעלבן פראגראם, אויסער סאטמער, און דושינסקיא תו"א תוא"י און אפאר בריסקע מוסדות, וואס זענען פונקט דער זעלבן סדר הלימודים, אין די גאנצע חילוק איז, אז זיי נעמן נישט געלט פון די מדינה.
ס'איז דא איין אזא חיידער (תלמוד תורה) און בני ברק, אויסער סאטמאר און דוישנסקיא, דאס איז חיידער תשב"ר בבית החזו"א וואס נעמט נישט געלט פון די מדינה, און אלע אייניקלעך פון הרב שטיינמאן לערנן דארטן. (אויכעט אין זיין ישיבה "גאון יעקב" נעמט מען נישט געלט פון די מדינה).

wassa_dif » 15/5/2006 23:42

sim עפרא לפומך אז דו ביסט מדמה דער שייגעץ צו'ם הייליגען חזו"א. אפילו די פארקראכענע ליטווישע גדולים ווי ר' שך האט ער אוועקגעווארפען און אפילו די שךניקס, נישט נאר די חזו"א'ניקעס פון בני ברק שעלטען עם טויטע קללות. וואס דער רבי האט געזאגט אויף עם ווען ער האט נאך געלערנט אין דער שווייץ ביי א ציוניסטישע מלמד ווייס איך נישט, איך האב עס נישט געהערט פון קראנטע קוועלער. אבער אפילו אם תימצי לומר איז מצינו יוחנן כה"ג וכו' דער קליינקעפגער ראש ישיבה פון א ישיבה קטנה איז א פוסע על ראשי עם קודש ווייל ער איז באקרוינט געווארען MORON און גאדעל הדאר פון די יאטעד מיט די פאליטיקער וואס האבען געדארפט האבען א גומינע-שטעמפעל-גדול וואס זאל זיי נאכגעבען אלץ וואס זיי פארלאנגען. וואס דו שרייבסט וועגען נח"ל החרדי איז שקר וכזב. ער האט עס העפטיג געשטיצט, און ס'דא גענוג און נאך עדות וואס ער האט געזאגט פאר ישיבה בחורים! אהין צו גיין. ווער רעדט נאך וואס ער האט געשטעלט פיסלאך אונטער יעדער וואס האט פראביערט צו לוחם זיין דערקעגען, אפילו פון זיינע אייגענע קרייזען ווי ר' מיכל יהודא אדער ר' שמואל אוירבאך. דער בא במחתרת האט געטאהן אלץ אונטערען טיש און נאך געהאט די פרעכהייט פון אכלה ומחתה פיה ואמרה לא פעלתי און. ער איז א בלעכענעם ליגענער כידוע פאר ווער ס'האט געהאט צו טאהן מיט דער מערכה. אבער לשיטתך. לאממיר זאגען אז ס'טאקע נאר פאר מחללי שבתות און דו האלטסט אז ס'נישט וויכטיג צו שלאגען דערויף. פארוואס שטרויכעלסט דו אנדערע וואס האלטען אנדערש? פארוואס האבען זיינע שקצים טעראריזיערט יעדער וואס האט עפעס געזאגט? פארוואס האט מען כמעט אויסגעהאקט פאר יענקל חנון אן אויג? תוכנית הליבה האט זייער א סאך פראבלעמען. איין פראבלעם איז אז ווען די תוכנית קומט אינגאנצען צושטאנד פאדערט עס זייער א סאך שעות פון לימודי חול, אויפ'ן חשבון פון לימודי קודש. אויב איך האב נישט קיין טעות איז אויך געפאדערט אז מ'זאל לערנען לימודי חול דוקא אין דער פרי. אבער, נישט דאס איז דער ענין יעצט, דער ענין איז אויך נישט וואס זיי האבען פארקויפט זייערע נשמה צו'ם שטן, ווייל די התחייבות איז נישט נאר אויפצופיהרען לויט די היינטיגע אויספארשונג, נאר אויך לויט אלע רעקאמענדאציעס וואס וועלען צוקומען, ווייל דאס האבען זיי שוין געטאהן פון לאנג. ס'נאר איין טריט נענטער צו'ם טיפער אפגרונד. אבער פיך העיד בך. וואס איז אזרחות? בירגערשאפט. צו זיין א געטרייע בירגער צו די ממשלת הכופרים. איך רעד נישט פון די ספרים ווי מ'דארף דאס לערנען, ווייל איהר פארשטייט אליין אז אין באר מים חיים אדער נועם אלימלך שטייט דאס נישט. אבער רבש"ע! קענסט דו צושטעלען געטריישאפט צו די ציוניסטישע מדינה און דער ציוניסטישע אידיאל צו לערנען בירגערשפארט אין לאנדאן? ווער רעדט נאך פון אוואלוציע און די אנדערע טייערע לימודים דארטען. די חזו"א און בריסקער רב זיינען געווען פייער קעגען ציונות. אפילו ר' שך אויף זיינט פארקרומטען וועג איז אויך געווען. דא רעדט זיך פון א קאלטער לץ וואס האט אידישקייט אין בוידעם. זיין מאטאלע קארעליץ ימח שמו איז דער וואס איז איינגעגאנגען אויף תוכנית הליבה, און האט דאס אריינגעפיהרט אין קראפט טראץ די קעגנערשאפט פון אלע זייערע גדולים, מכ"ש פון די עהרליכע אונזערע אידען. הפקר מיט די בית יעקב מיידלאך, הפקר די חינוך עצמאי יונגען, און דאס איז נאר לדבריך. זעהט אויס אז אלץ הדבק במידותיו ביזט דו אויך א שקרן אזוי ווי דיין גדול. כאטש איך האב נישט קיין רשימה ביי מיר, איז דא גענוג און נאך חדרים וואס זיינען נישט קיין חינוך עצמאי חדרים וואס האבען יא אונטערגע'חתמ'עט. מסקנא דמילתא, ער איז א ציוניסט, אידישקייט גייט עהם אן די לינקע פיאטע, ס'גייט עהם נאך אן א ביסעל די עולם התורא פון בני ברק און דאס נאר ווייל איין מלך בלא עם און ער קען נישט זיין קיין פאסטוך אויב ער האט נישט קיין קיען. פאר דעם זאל דער חינוך עצמאי ווערען מזרחיסטען, זאלען די מיידלאך אפפאהרען, אויב ס'נישט גענוג זיי אפצופיהרען תוכנית הליבה וועלען זיי לערנען הייטעק און גיין אין די אויסגעלאסענע אפיסעס, זאלען די שוואכע בחורים גע'הרג'עט ווערען אין מיליטיער, און ווער ס'נישט גע'הרג'עט זאל כאטש אויסקומען א גייסטישען קריפעל. איי, ר' שך און ווער רעדט נאך די חזו"א און בריסקער רב האבען געהאלטען מיליטיער פאר יהרג ואל יעבור? איז ער א תלמיד המחכים את רבו. ר' שך האט נאר אפגענויגט א ביסעל, אחאב עבד את הבעל מעט, יהוא יעבדנו הרבה. ער איז א ציוניסט, ער איז א מאסענמערדער, ער איז א שחצן, א שקרן, און ער קען נישט לערנען. זיין גאנצע גדולה באשטייט פון זיינע צביעות און פראוועריי און פון יאטעד פראפאגאנדע. האק נישט אין קאפ אריין.

kerry08 » 16/5/2006 03:31

משה,

פאר וואסא דיף איז נישט דא וואס צו ענטפערן, ער איז נעבעך פארקריפעלט אויפן גאנץ לעבן. עס איז נישט שייך קיין מער דעמאגאגישע לגיונות פון וואס ער שרייבט. הרב שטיינמאן גייט אהן אידישקייט אין די לינקע פאה....... ער האט געוואלט איינפירען לימודי חול בייטאג....מפקיר געווען בנות ישראל.... מיט זיינע איבעריגע שינד ווערטער.

עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די רבי זי"ע פון סאטמאר - האט קיינמאל נישט גערעדט מיט א ביטול אקעגען גדולי ישראל פון די אגודה קרייז - אפילו ער האט געקריגט אויף זיי פייערדיג. איז ממילא היות הרב שטיינמאן געהערט צום אגודה קרייז מיט זייערע השקפות - איז פשוט נישט דער ראד אין די הענט פון די סאטמאר'ער דיינים און אוודאי נישט וואסא-דיף'ס הענט מחליט צו זיין אויב ער איז פארקראכען פון דעם דרך האגודה אדער נישט. זאלען זיך די אגודה רבנים באפאסען דערמיט. ע"כ, איז דאס פאררופען פראטעסטען קעגן אים אפגעפרעגט.

אבער פאר דיר וועל איך ענטפערען מיט כבוד -  ווי לאנג די ביזט נישט פוער פה קעגן אנדערע גדולי ישראל.

היות איך גלייב באמונה שלימה אין קיין איין ווארט וואס שטייט אינעם איד,בלאט,וכו', איז מיר קיינמאל נישט שווער געווען אויף הרב שטיינמאן קיין גרויסע קושיות. אבער היות עס איז אריבער א לאנגע צייט און מען האט נישט אויפגעהערט צו שיסען קיןן קאנאנען אויף הרב שטיימאן, און דער העץ קאמפפיין איז אנגעגאנגען אויף אזא גרויסען פארנעם - האט מיך מיין נייגער שוין געדארשט, און איך האב מיר שוין גענומען די מיה נאכצוקוקען די תוכנית הליבה.

kerry08 » 16/5/2006 03:32

איך האב אנגעהויבען מיט די וועב-זייטעל פון דעם כנסת און ארויפגעברענגט אלע פראטאקאלען פון די זיצונגען ביי די וועדות וואס האבען דן געווען איבער תוכנית הליבה. פארשטייט זיך אז עס איז זיער לאנגע דיסקוסיעס און איך האב נישט אלע געהאט צייט דורכצוליינען - אבער וואס קומט דארט ארויס איז אזוי: (די זיצונגען זענען מיט די באטיילונגען פון די פרומע פארטרעטער און יעדעס ווארט איז פארצייכענט ווער עס זאגט דאס ארויס)

מער ווייניגער אזויווי סים האט שוין געזאגט עס איז דא תלמודי תורה וואס געהערען צום מער פרומען ציבור - וואס דארט איז קיין לימודי חול נישט דא.

למשל ויזניץ, בעלזא, וכו'. זיי האבען בוחר געווען נישט צו לערנען לימודי חול בכלל. דהיינו אפילו די בעיסיקס וואס מען לערנט אין  אמעריקע, צ.ב.ש. די שפראך.  מעטעמעטיק לערנט מען איינמאל א וואך מיטען מלמד. עס איז זיי געלונגען במשך די יארען צו באקומען געלט פאר די מוסדות, אבער זיי זענען אינדיפענדענט פונעם כלליות'דיגען פרומען חינוך סיסטעם. 

עס ווערט דארט פארצייכענט פונקטליך וויפיל מוסדות גייען אריין אין די קאטעגאריע - און וויפיל אין די אנדערע.

נאכדעם איז דא דער מער מאדערענער חינוך סיסטעם אין א"י. אבער ביטע זיי אויפמערקזאם נישט מאדערענער ווי דער סאטמאר'ער חדר אין וויליאמסבורג. מען לערנט דארט די שפראך, מעטעמעטיקס, וכדומה.

אצינדער. תוכנית ליבה האט געוואלט מאכען א כלליות'דיגער קאריקעלעם וואס מען דארף לערנען, כדי צו באקומען גאווערמענט פאנדען. אזויוו די קאלעדזש פראגראמען אין אמעריקע וואס די ישיבות נעמען געלטער. עס איז דא א גענעראלע קאריקעלעם וואס די גאווערמענט באשטעטיגט, און די קאלעדזשעס ישיבות קענען זיך אליינס וועלען די פרטי הלימוד.

עס איז העכסט אינטרעסאנט צו ליינען דארט וויאזוי די פרומע רעפריזענטיווען זענען מעיד אז זייערע מוסדות'ער ערפילען ממילא דעם קאריקעלעם, און ממילא טוען זיי קוואליפיצירען צו באקומען די פאנדען.

איך ווייס נישט די גראד פון היסטאריע וואס זיי האבען געלערענט ביז היינט און איך ווייס נישט דעם גרייד פון היסטאריע וואס זאלען דארפען מוסיף זיין - אויב לאמיר זאגען אז ביז יעצט איז נישט געווען גענוג לויט די פאלאגען פון די מדינה, אבער נעם אין אכט אז ביי די אגודאים איז מדינה היסטאריע נישט געווען אזוי הארב ווי ביי אייך מאז ומקדם. און דאס האט גארנישט צו טוהן מיט הרב שטיינמאן- נאר מיט זיינע פארגייער. און אויב האט דער רבי נישט פראטעסטירט קעגן זיי, פרעגט זיך די קשיא מה נשתנה?

kerry08 » 16/5/2006 04:14

די פרומע רעפריזענטעטיווען האבען פרובירט לוחם צו זיין אין פרינציפ אז די פרייע זאלען נישט האבען אפילו די דאזיגע מינדערסטע בעלות אויפן פרומען סיסטעם - אזויווי די לעצטע זעכציג יאר. וויייל דער תוכנית הליבה טוט טוישען דעם איצטיגען סטאטוס קווא , און בעתיד אז עס וועט קומען א נאך פרייערער שר החינוך, למשל ווי דער רעפריזענטאט פון שינוי פראקלאמירט ביי די זיצונגען - אז ווען ער וועט ווערען שר החינוך וועט ער אריינלייגען אינעם גענעראלע קאריקעלעם אויך
אמונות זרות  ר"ל.

און דאן ועלען די פרומע זיך מוזען אפזאגען פונעם סיסטעם, און מער נישט באקומען קיינע פאנדען. בקיצור, מיטען האבען דעם גענעראלען קאריקעלעם אין די הענט וועט מען די פרומע זייער שנעל קענען געבען א קאפע אויף ארויס.

 אבער כרגע איז די ליבה נישט קיין ע"ז ביי די אגודה קרייזען אזויווי זייער שיטה מאז ומקדם!
כרגע איז דער חינוך דא אין אמעריקע גארנישט פרומער!!
כרגע איז דער גאנצע קופה של שרצים וואס מען האט אנגעטוהן פאר הרב שטיינמאן: שקר און פאלש!!

SIM89 » 16/5/2006 18:35

לאמיר יעצט אריין טראכטן אביסל מער לעומק.


מיר זענען דאך אלע סאטמארע חסידים וואס גייען אויפן וועג פון רביה"ק זיע"א.
וואס איז טאקע די חילוק צווישן דער ר' קוק מיט להבדיל דער הייליגער חזון איש זיע"א. פארוואס דער חזון איש איז קדוש ונורא, און דער קוק איז לדיראון עולם?

די תשובה איז פשוט, דער קוק האט געגעבן כבוד לרשעים אלס חנופה, ער האט גערעדט בשבחם, ער האט זיי מחזק געווען, ער האט געזאגט כסדר דברי מינות וכפירה, ער האט געזאגט אז א איד וואס שפילט בייסבול אין ארץ ישראל אין שבת קודש, איז חשובער פון א איד שומר תורה ומצוות אין חו"ל עפ"ל. ער איז געווען דער פערטע פיס פון די רשעים עוקרי ברית אין ארץ הקודש. וועגן דעם איז ער לדיראון עולם.

לעומת דעם, דער הייליגער חזון איש, האט געהאלטן פון ב"ג שר"י פונקט וואו אונץ אלע, און טאמער ס'וואלט געווען ביכלתו וואלט ער איהם דן געווען מיט מורידין ולא מעלין.
דער חזון איש האט געהאלטן אז עיברייש איז א טמא'נע שפראך, פון די רשעי הציונים.
אבער ער האט געהאלטן אז כדי צו ראטעווען כלל ישראל פון זייערע האנט און רשעיותדיגע פלעינער, מעג ער זיך טרעפן מיט ב"ג שר"י אין זיין שטוב בסבר פנים יפות, כדי מבטל זיין די ביטערע גזירות פון גיוס בנות מיט גיוס בחורי ישיבות.
ער האט געהאלטן אז כדי צו ראטעווען טויזנטער אידישע קינדער וואס נעבעך האבן זיי מגדל געווען אויף די טמא'נישע עיברית, דארף מען לערנן אין די חדרים און ישיבות אויף עברית, כדי זאלן זיי אויך קאנען קומען לערנן. און ס'איז באקאנט זיין ווארט אויף דעם מיט'ן גענעראל וואס טוישט די חזית המלחמה.
דאס זעלבע איז וועגן בחירות, אז זיי האבן עס נישט געמאכט אלס התחברות לרשעים, נאר פארקערט כדי צו ראטעווען פון זיי.

דאס איז פונקט די נקודת המחלוקת צווישן אונץ וואס מיר גייען אין די הייליגע שיטה מיט זיי. אונץ האט דער רבי זיע"א אויסגעלערנט, אז קיין זאך שבעולם איז נישט מתיר זיך גיין אינאיינעם מיט די רשעים ארורים. קיין זאך שבעולם איז נישט מתיר די טמאנע עיבריישע שפראך. אבער, אז זיי האבן אנדערש געהאלטן, מאכט דאס נישט, אז זיי זענען ווייניג ערליך פון אונץ.


דאס איז לגבי אלגעמיינע אונטערשיד, צווישן די מערכה מיט די ציונים ארורים ושותפיהם המזרחי ימ"ש, וואס זענען עוקרי התורה ומפירי ברית, און די מערכה אנקעגן די אגודה/דגל פארטייען מיט זייערע רבנים.

לגבי הרב שטיינמאן, קיין נארמאלע איד האט איהם נישט באשולדיט מיט ציוניזם אדער מזרחיזם, ווייל ער איז פונקט א פארקערטע פון דעם.
מ'באשולדיגט איהם, אלס פשרה מאכער, מיט נאכלאזער פון די רשעים.
און אויף דעם האט די פאקטן געוויזן, אז מיט זייערע וועגן וואו אזוי זיך צושלאגן מיט די רשעיות דיגע פלענער פון די ציונים ארורים, האבן מצליח געווען צו ראטעווען עולם התורה והישיבות מיט'ן חינוך הטהור.
א וודאי, ס'איז נישט אונזערע וועג, מיר האלטן אז קיין זאך איז נישט מתיר האנדעלען מיטן פושעי ישראל די ערב רב, די עמלקים הציונים, אבער לויט זייערע וועג ער האט דאס געטוהן בעסער פון אלע.




יעצט וויל איך אביסל שרייבן וועגן די שטותים וואס וואסה דיף האט געשריבן.
ער האט געשריבן אז הרב שטיינמאן איז געווארן א moron וועגן די קאמפיינערס פון די יאטעד ניקעס.
א זעלכע שטותים האב איך שוין לאנג נישט געזעהן.
ווער עס וויייסט א ביסל, און די יאטעד האט מען נאך קיינמאל נישט געשריבן "מרן" אויף הרב שטיינמאן. די איינציגע מרן ביי זיי, איז ר' עלישיב, דער "דיין" פון היכל שלמה, דער משלח פון יונה מצגר, דער וואס זיין גאנצע מערכות איז ארום רבנות רשעית מיט מועצות דתיות פון מזרחישע פארטייען.
זיי פארגינען קיינמאל נישט צו רב שטיינמאן, צוליב פאליטישע סיבות, און טראץ דעם איז הרב שטיינמאן היינט צו טאג די גרעסטע מנהיג פון די ליטווישע וועלט, אלע ראשי ישיבות קומען צו לויפן צו איהם, הרב נתן צבי פינקעל ראש ישיבת מיר, איז כסדר ביי איהם, און שומע לעתו בכל דבר, און אזוי אויך אלע ראשי ישיבות און מנהיגים פון די ליטווישע וועלט.
דאס וואס ער האט געשריבן וועגן ישיבה קטנה, ס'איז אמת אז ביז פאר צען יאהרן צוריק, איז רב שטיינמאן געווען אויך א ראש ישיבה און ישיבה פאניבעז' לצעירים, צוזאמען מיט הרב מיכל יודא לעפקאוויטש וואס דינט דארט ביז היינט, און געזאגט דארטן טאג טעגליכע שיעורים פאר די העכסטע כיתה (בחורים פון 16-17 יאהר אלט). אבער מיט דעם אינאיינעם ער איז שוין נאנט צו פערציג יאהר אויך א ראש ישיבה און ישיבה גדולה "גאון יעקב" און אין די לעצטע אכט יאהר אויך א ראש ישיבה גדולה אין ישיבת "ארחות תורה" א ריזיגע ליטווישע פרומע ישיבה און בני ברק. וואו ער זאגט כסדר שיעורים כלליים. און מיט דעם אינאיינעם ער שטייט שוין 50 יאהר בראשות כולל פאניעוועז' וואס איז די חשובסטע אין גרעסטע כולל אין ארץ ישראל. וואו ס'לערנן 700 אינגעלייט גאר חשובע תלמידי חכמים, און ער איז קובע די גאנצע סדר הלימודים און זאגט יעדן מיטוואך אינדערפרי אשיעור אין כולל, אויסער שיעורים כסדרן פאר א גרופע פון בני הכולל אין זיין שטוב.

זיין גאנצע סדר היום איז אזוי: 4 אזייגער פארטאגס אשיעור פאר גרופע אינגעלייט, אין סדר קדשים. נאכן דאווענען ותיקין נעמט ער אביסל עולם, און פארמאכט זיך שפעטער אין זיין צומער ביז 9 אזייגער, דאן גייט ער ארויס אויף בריתות, אין יעדן מיטוואך גייט ער פון די בריתות צו שיעור און כולל, וואו דערמאנט.
אינערפרי האט ער א חברותא מיט צוויי חשובע אינגעלייט, ביז 12 אזייגער, און אסאך טעג קומען אין די שעות ישיבות אדער קינדער פון חדרים זיך צו פארהערן. דאן נאכאמאל א שיעור ביז 1:30 זמן מנחה, דאן נעמט ער עולם לעצה. און 2:30 עסט ער א טראקענער ערד עפיל אהן זאלץ.
אין 3:30 נאכאמאל א שיעור אין שטוב פאר אגרויסע עולם אין חורש"י ביז 4:15.
נאכמיטאג זאגט ער זיינע שיעורים כללים אין "ארחות תורה" אדער "גאון יעקב", און אין א טאג ווען ס'איז נישטא קיין שיעור, האט ער חברותות ביז 7 אזייגער.
7 אזייגער איז א שיעור אין זיין שטוב אין שולחן ערוך אורח חיים.
מעריב איז 8:30. ווען נאך מעריב איז א ריזן ציבור יעדן טאג איז שואל עצה.
דערנאך , פארט ער א סאך מאל איבער גאנץ ארץ ישראל געבן שיעורים אדער דברי חיזוק, אין ישיבות אא"וו.
און בדרך כלל, איז דא נאכאמאל שיעורים ביז 12 אזייגער ביינאכט.
דאס איז א נארמאלע טאג ביי איהם, ערב שבת למשל האט ער נאך א שיעור א שעה פארן זמן הדלק"נ אויף שב שמעתתא, מיט אינגעלייט אין בחורים פון זיין ישיבה "ארחות תורה", און אפילו ערב פסח האט ער געגעבן דער שיעור פארן סדר נאכט. מוצ"ש האט ער אסאך שיעורים, און איינער פון זיי איז אין ספרי הרמח"ל.
שבת נאכמיטאג פון שקיעה צייט, ביזן נאכן זמן, לערנט ער ברבים אין ספה"ק נפש החיים, וואו ער איז משמיע קלאע יסודות אין השקפה אויף דרך התורה. (אנשטאט שאלשידעס תורה, ער עסט שאלשידעס פריערט)

סיגוטמתנגד » 16/5/2006 21:10

מיט צו האלטען אפדעיטס פון די געהויבענע באזוך גייט צו דעם לינק עס האט אנדערע נייעס אויך www.yeshivaworld.blogspot.com

natrul » 17/5/2006 01:09


למעשה די נסעיה קיין מאנטריאל איז פטול געווארען,
ווייל דער גערער האט נישט געוואלט קיין חילול השם,
איז גייט ער קיין טראנטא, (אפילו נאך אלע בקשות,)

דעם שבת גייט  די ר"י שליט"א וויילען אין מאנסי

כלנו נכונים לקבל פני גדול הדור!

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=1553&cat_id=1


http://www.jpost.com/servlet/Satellite?cid=1145961356672&pagename=JPost%2FJPArticle%2FShowFull

*-- _mName *
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
שמעתי (לא הספקתי לברר רציני)
ששני אדמו"רי סאטמר התקשרו להאדמו"ר מגור שליט"א וביקשו שיבוא לנוי יורק, ורצונם לבקר אצלו,

ושניהם הסתייגו מאנשיהם במונטריאול, ואמרו שאין להם שליטה עליהם וזה לא על דעתם.




http://www.jpost.com/servlet/Satellite?cid=1145961356672&pagename=JPost%2FJPArticle%2FShowFull

natrul » 19/5/2006 19:54

א געהויבנעם באזוך איז געווען און מאנטראיל,
ווי מאיז געווען און סקווער, בעלז בתי מדרשים מיט טויזענטער מענטשן בלע"ה,

ברוך הבא בשם השם לניו יארק

 די ר"י איז יעצט און לעיקוואד,
און שבת וועט ער פירען און מאנסי,
די תפילות מיט ש"ס קומט פאר אין א גרויסען טענט בחצר ר' שמעון גליק, RT 306,CORNER WEST MAPLE אנטקעגן איבער ר' ח"ל ראטנבערג'ס חדר
 יהא באו לברכה 

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=10&topic_id=1917141מאנטראיל