היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם

אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912264

hotwire » 10/5/2006 03:06

כ'האב ארויסגענומען די אנשי שלומינו ליסטע פין תשס"ג אנאלאזירט די מצב

דאס זענען טיילווייזע חשבונות

אנטווערפין 159 משפחות
מאנטשעסטער 86 משפחות
מאנטריאל 274 משפחות
קרית טאהש 88 משפחות
בני ברק 728 משפחות

תוקן על ידי - hotwire - 10/05/2006 3:17:05

hotwire » 10/5/2006 03:24

כלליותדיגע נומערען

אנשי שלומינו אין אמעריקא - 12,608 משפחות
אייראפע (און די איבעריגע וועלט) 1536 משפחות
ארץ ישראל 1333 משפחות

kleinekup » 10/5/2006 16:13

אשר על כן? לאנדאן? ירושלים? ברענג אלע מספרים דערנאך let the debates begin

hotwire » 10/5/2006 17:40

קליינערקאפ, אשר על כן גארנישט,

פשוט די טעג האנדעלט זיך איבער קהלות איבער די גארער וועלט, האב איך געטראכט אז לתועלת הענין איז גיט צוזעען פון וואס דא האנדעלט זיך, ווי גרויס די קהלות זענען

kleinekup » 10/5/2006 17:48

ברענג אבער אלע

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:03

ביזט זיכער אז בני ברק איז דא 723 ? אדער דו מיינסט אפשר בארא פארק
איך מיין די האסט זיך טועה געווען

און בני ברק איז נישט דא קיין 723 משפחות

ברענגנייעס » 10/5/2006 18:07

לאמיר קודם קלאר שטעלן

די אנש ליסטע איז ליבערש א פאנדרעיזינג ליסטע ווי א מעמבער ליסטע

ווצב"ש אין מאנטריאל איז נישטא קיין 200 "מעמבערס" אבער עס קען זיין אז עס איז דא 274 "פאנדרעיזינג אדרעסן

אבער לכאורה איז בכלל מאתים מנה, מער ווי די אנש ליסטע איז "לכאורה" נישט דא

hotwire » 10/5/2006 18:59

די אנשי שלומינו ליסט ציילט 723 אין בני ברק

פאטאקי08 » 10/5/2006 19:03

האטווייער
רוב פון די מענטשען וואס שטייט און אנש ליסט האט מען נישט געזען אמאל ארייןטרעטן אין א סאטמערע ביהמד
אדרבה פרעג דיך נאך צו און די סאטמארע ביהמד און בני ברק אדער אין די מוסדות דאווענען אדער לערנען אזויפיל מענטשען

jhhoruyr » 10/5/2006 20:37

אין בני ברק איז דא צווישן 450 און 500 משפחות.

hotwire » 10/5/2006 21:41

הבהרה!

א יעדער איינער ווייסט און פארשטייט אז די אנשי שלומינו ליסטע איז א איבערגעטריבנע ליסטע, אבער למעשה קיין בעסערע ליסטעס איז נישטא, אדרבה אויב איינער האט זאל ער עס ארויף לייגען.

די אקטועלע נומערן אויף יעדער מקום איז לכאורה קלענער ווי די אנשי שלומינו ליסטע

משנתחסידים » 10/5/2006 22:03

לכאורה די רשימות פון די לעצטע צווי וואלען איז בעסער לכל הפחות אין אמעריקע.