היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאנטשעסטער - מחוצפים עפן אייגענע שול

מאנטשעסטער - מחוצפים עפן אייגענע שול

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1912063

אומדירעקט » 9/5/2006 22:13

זיי האבן זיך נישט געשפירט דאס פלאץ, און נישט געקענט קוקן דעם רב אין פנים לייקענען דעם אפענעם פאקט, האבן זיי אפגעיאגט

העטעכפעטעך » 9/5/2006 22:58

ב"ה, אין הלוואי זאלן אלע שונאי סאטמאר איבעראל נאך טוהן די זעלבע זאך אין זיך גיין צי אלע רוחות, אין וישכון שלום ושלוה במחנינו.

מי יתן והי'.

הבדלה_מנין » 9/5/2006 23:41

די שונאים און צוויי אנדערע און גרעסערע סאטמארע שטעט האבן שוין אויך געפענט אליין:
אין מאנסי האבן זיי זיך געפענט א קליינעם שטיבל נישט ווייט פון דעם פראכטיגן נייעם אפיציעלען סאטמארע שול פון הרב חיים יהושוע שליט"א חדב"נ רבינו זצ"ל

און אין ווילאמסבורג האבן זיי אויפגעשטעלט פארששידענע טענטס ווי אויך א קליין בית מדרש אויף א פארלאזטע גאס ביים עק שטאט, זיי רופן עס נאך אן "המפואר" !

פאטאקי08 » 9/5/2006 23:51

אוי! קומט צו לאכן...

הבדלה
ווי איז געווען טריפלט מענטשען און די גרויסע ראדני שול און צענטער פון שטאט?
אדער אין די קליינע פארשטופטע פאלאזטע גאס ביהמד?

עס איז פשוט א רחמנות אויף דיר.... ס'באדערט טיך זייער שטארק די טענעט'ס אין די פארלאזטע פארשטופטע ביהמד...

אבי_געזונט » 10/5/2006 00:00

דער פראבלעם איז אבער, אז די גרויסע ביהמ"ד אין ראדני איז ליידיג פון ענקער קליינעם עולם דארט...
און רוף עס וויאזוי דו ווילסט, דער קליינער, פארלאזטע, פארשטופטער ביהמ"ד "המפואר" אויף דרייצן הופער, אדער דער טענט, רוף עס ווי דו ווילסט די קליינע טענט,  איז אבער איבערגעפולט פון דעם גרויסן עולם...

אם אין דעת הבדלה מנין?
ירושלמי ברכות פ"ה תוקן על ידי - אבי_געזונט - 10/05/2006 0:03:19

הבדלה_מנין » 10/5/2006 00:08

די טעמע דא איז ווי די קהילות האבן זיך אפגעטיילט פון די אפיציעלע קהילה.

ווער רעדט דא פון וויפיל מענטשן זענען געגאנגען אדער געבליבן?

און אדרבה ווי מער מענטשן די אפגעבראכענע האבן געהאט ווייזט דאס די שטארקייט פון די אפיציעלע קהילה, בבחינת רבים ביד מעטים, טמאים ביד טהורים וכולו, אזויווי ביי די גרויסע נס פון חנוכה.

kligeryid » 10/5/2006 00:10

havdole keep on we love,in it here we have 250 pepole in brooklyn we double them evreytime we r just very good in it r pepole thinke its real thats all what we want

kligeryid » 10/5/2006 00:12

so what i understand frome u that u dont want to talk about here in willy u just want to talk about manchaster what should i tell u havdole if i was u i would do the same

פאטאקי08 » 10/5/2006 00:23

BTW אין מאנסי ווי איז דא א גרעסערע עולם?
אין די קליינע שטיבל אדער אין די גרויסע ביהמד ווי ס'איז דא גענוג פלאץ פאר זאלי ארוםצושפריגען?

kligeryid » 10/5/2006 00:25

pataki stop he wants to talk about manchaster

הבדלה_מנין » 10/5/2006 00:58

פאטאקי, איך ווייס נישט וואס פונקטלך עס טוט זיך אין מאנסי ווייל איך האב נישט געזעהן קיין זייט דארט. איך האב עס נאר אויסגערכענט אלס נאך א שטאט ווי די מורדים האבן זיך אפגעבראכן פון די אפיציעלע שול און זיך געפענט א קלענערע שול.
און אויך, מאנסי (אדער די אנדערע קלענערע קהילות) איז נישט דער מכריע.
איך האב בעיקר גערעדט פון וומסב"ג, די צענטראלע קהילה פון סאטמאר, ווי דער פאטער פון דעם אנטווערפענער רב לעכצט איבער צונעמען פון זיין יונגערע ברידערס קאנטראל. און ער האט זיך אפגעטיילט, אזוי ווי איך האב פריער געשריבן,  אז ער איז יעצט אין פארשידענע טענטס, ווי אויך א קליין בית מדרש אויף א פארלאזטע גאס ביים עק שטאט, זיי רופן עס נאך אן "המפואר"!
אבער מיט דעם אלעם שטייט ער פון אינדרויסן און קרעכצט.
דער עולם און דער טראסק האט איהם נישט אפגעשטעלט פון לעכצן נאך זיין ברידערס קהילה און פירערשאפט.
ווי אזוי האט המן געזאגט "וכל זה איננו שווה לי"!

kligeryid » 10/5/2006 17:22

does someone realy knew whats going on there in manchaster the misnagdem in the other fourm r trying to claim victory  we could not belive them a word they live in a dreamland if someone knews what the emes is please let us knew

געגאנגען » 10/5/2006 17:31

זיי נישט באזארגט, זיי זענען ביטער אנגעזעצט, זיי האבן נאר 20 מענטשן פון 120, זיי גייען אוועק פון א רב וואס איז פון די גרעסטע תלמידי חכמים בדורינו כאטש ער בלאזט נישט פון זיך, מוזן זיי נעבעך מאכן מעשיות כאילו ר' ישראל חיים גייט זיך צו איינעם בעטן. דער זעלבער ר' ישראל חיים וואס האט נעכטן מסכים געווען אויפצוגעבן די גאנצע קהילה צו מקיים זיין די צוואה פון רבי'ן זכרונו לברכה, ער גייט זיך יעצט בעטן ביי 20 מענטשן ? וואו איז ענקער שכל, אז מ'מאכט א מעשה זע ס'זאל כאטשיק האבן הענט און פיס !

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:09

וואס האלט דער עולם?

זאל איך ענטפערן נאכאמאל די זעלבע ווערטער פאר דעת_מנין אויף איבערשרייבן נאכאמאל זיין דזשויק תגובה "קליינע פארלאזטע פארשטופטע ביים עק שטאט" זאל איך אים נאכאמאל ענטפערן?
וואס האלט דער עולם?

ברענגנייעס » 10/5/2006 18:59

פאטאקי

מען דארף נישט ענטפערן ווייל די פאקטן איז זייער קלאר

פאקט נומער איינס

סאטמאר איז קלאר געבליבן מיטן גאנצן ציבור, און ווען מען רעכענט צוזאם דער ציבור סאטמארע חסידים וואס קומען צו די תפילות פון רבין שליט"א מיט דעם ציבור שונאי סאטמאר וואס גייען צו רבי זאלישל קומט דאס אויס יעדעס מאל מינימום 4 צו 1, צו די ערשטע וואך ווען עס איז געווען פון אלע שטעט, צו די צווייטע וואך ווען עס איז געווען נאר וויליאמסבורג וואס אין פראצענט איז עס 80 פראצענט אדער מער צו 20 פראצענט אדער ווייניגער

פאקט נומער צוויי

סאטמאר וועט בעז"ה האבן ריזיגע פערמענאנטע בנינים, בתי מדרשים, ת"ת, אויפן גרעסטן פארנעם, און אנגעפילט מיט היימישן ציבור, ערוואקסענע אין די בתי מדרשים און קינדער אין די ת"ת,

פאקט נומער דריי

צו די בנינים וועלן זיין די עקסזעסטירענדע בנינים, ווי די אייזן געביידע אויף ראס און ווילסאן, און די תלמוד תורות ווי ויואל משה מיט די אנדערע, דאס וועלן מיר אי"ה וויסן אין די נעקסטע 4-6 וואכן

פאקט נומער פיר

די זאליס רעכענען זיך נישט מיט קיין פאקטן, און לעבן נישט אין מציאות, נאר אין דמיון

דעריבער
איז איבעריג, און ארויסגעווארפן, און אומזינסט זיך צו טענה'ען מיט זיי, אזויפיל איז גוט, אז איינער פון די זאליס זאל כסדר אראפברענגן זייערע שטותים אויף אונזער פארום, מיר זאלן נישט דארפן קריכן אויף זייער פארום צו וויסן ווי ווייט פון שכל און פון מציאות די זאליס געפינען זיך

שורשנגח » 10/5/2006 20:40

אהיער אין אהין! קלאר און צום זאך!

תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנטשעסטער האבן געמאכט די ברכה מיט גרויס שמחה ברוך שפטרני, אויף די 16 משוגעים וואס באשטייט פון טייל: שונאים פונעם ברך משה זי"ע, שונאים פון סאטמר בכלל, 2 וויזניצ'ע, א טאשער, וכו' אין אונזער הייליגע קהלה אין מאנטשעסטער, וואס זענען זיך אוועק געגאנגען ווי די אויגן טראגען זיך און איבערגעלאזט אונזער הייליגער קהלה במנוחה און עס וועט ווייטער בליען לשם ולתפארת, בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.

די ביהמ"ד וועט אי"ה ווייטער בליען לשם ולתפאראת, אזוי אויך האפן מיר אז זיי וועלן זיך ארויס נעמען די קינדער פןן תלמוד תורה, וואס האבל פון זיי צאלן כמעט נישט שכר לימוד, און מען וועט קענען מאכן ברוך שפטרני בשלימות גמור אי"ה.

הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!

דאס איז וואס קרן שעלט אין חדשות זאליס און שרייבט
די הנהלת הקהילה זאגט אונז גיי מיר זיך נישט מיט אייך שלאגן, פטור איז פטור, מען גרינדעט א נייע קהילה "קהל יטב לב דסאטמאר מאנטשעסטער", עטליכע עשירים הייבן זיך אן רייסן נאך די מצוה זוכה צו זיין אויסצוצאלן די נייע פרעכטיגע בית המדרש דקהל יטב לב אין מאנטשעסטער, וואס גייט בעז"ה אויפגעשטעלט ווערן לשם ולתפארת. און לכאורה איז שלום ושלוה.

א צווייטער זאלי מאכט אזא חשבון און טאנצעט ארום מיט פרייד אז די אהרונים האבן פולשטענדיג איבער גענומען די ביהמ"ד און די תלמוד תורה, אזוי:

אלע תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גארע וועלט
דאנקען און לויבן דעם באשעפער אז ב"ה מען איז נאר אפגעקומען מיט שרעק, אבער ב"ה ברוב רחמיו וחסדיו האט דער באשעפער אונז נישט פארלאזסט
און אלעס איז ב"ה געקומען על מקומו בשלום זיי זענען דארט געבליבן מיט זייער "נקיטת חפץ" (געכאפט און גע'גנב'ט א ביהמ"ד, בלע"ז)

און תלמיד וחסידי סאטמאר האט ב"ה זייער אייגענע ביהמ"ד און שלו' על ישראל.

יעצט האב איך שוין די תירוצים פון די זאליס ווען זיי גייען פארלירען אין ווילי די געריכט און ארויספליען פון ראדני, וועלן זיי די ניגון איבער זינגען מיט פרייד.

wassa_dif » 10/5/2006 20:58

זייער גוט. ווער ס'וויל נישט בלייבען זאל זיך רוהיג גיין. אונז פעלט נישט די מענטשען. וואו איז דער חוצפה?

אייןסאטמאר » 10/5/2006 21:00

פיו הכשילו

אזוי שרייבן זיי דארט

און זיך קענען אונטער ווארפען אונטער די הנהגה פון כ"ק רבינו שליט"א
וואס ווי אלע ווייסען, און אלע האבן שוין געזעהן, במשך די פארגאנגענע יארן אז אפי' פאר כל הון דעלמא האט ער זיך אוועק גערירט פון אונזער הייליגע דרך,   -- פאקטען זענען איבעריג ואיכמ"ל --

אפילו א ליגענער גליטשט זיך אמאל ארויס דער אמת

געגאנגען » 26/5/2006 21:35

פאריגע וואך שבת האבן אין די נייע סיגוטער שול געדאוונט 19 מענטשן. אין שפיץ פון איינעם מעללער, א וואן מען בענד שפילער וואס ער איז די שיינע איד דארט... די נייע שול איז אפגעפרעגט אין די גאנצע שטאט, וואו כ"ק הגה"צ ר' ישראל חיים, דער רב אין סאטמאר, איז אויסטערליש שטארק רעספעקטירט פאר זיין תורה און צידקות.

עכטע_נייעס » 26/5/2006 21:42

איך האב געהערט פון איינעם און מאנשעסטער אז נאר 18 מענטשן האבן דארט געדאווענט

און די סאטמארע שיל און מאנטשעסטער פלעגן ביז יעצט דאווענען א 150 אידן 80 זענען סאטמארע די איבריגע זענען סתם מענטשן פון שטאט

יעצט ווען די זאליס האבן געפענט אן אייגן שיל האבן זיי אוועק גענימען 18 מענטשן און עצט דאווענען און סאטמאר נאר 132מענטשן 62 זענען סאטמארע און די איבריגע מענטשון פון שטאט

געגאנגען » 26/5/2006 21:45

איין תפילה איז געווען 19, איין תפילה 18. עכטע סאטמארע זענען דא אין יענע שול פונקטליך 5 !!!!!!!!!!! די איבריגע זענען נישט קיין סאטמארע וואס פלעגן דאווענען אין סאטמאר, און זיי זענען אנגעבלאזן סתם אזוי אויף די סאטמארע שול,יעדער וועגן עפעס אנדערש. אזוי ווייט, אז ביי זייער שלשים סעודה האבן זיי נישט געהאט ווער ס'זאל רעדן, נאר צוויי אפגעריסענע ספרדי'שע, וואס איך קען ניטאמאל איבערזאגן די נעמען (רוח, און מאלול, אזוי האט מען מיר געזאגט)...

אייןסאטמאר » 26/5/2006 21:55

אין איד שטייט אז ר' בעריש ווייס איז געווען דארט ביי די שלשים סעודה, איז עס אמת?

שורשנגח » 26/5/2006 22:49

פון די 18 מענטשען וואס דאווענען דארט האט יעדער אן אנדערע פראבלעם אין אן אנדערע כעס פארוואס ער דאווענט דארט, יעדער בלאזט פאר עפעס אנדערש.

טיילן פון זיי

שונאים פון מרן רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע
שונאים פון מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע
שונאים פון מרן הגה"ק רבינו שליט"א
שונאים פון מרן ר' ישרא' חיים הארוויטץ שליט"א

בני יואל
זאליס
נטורי קרתא וכו'

עס איז גוט צו דאווענען מיט די אנגעזעצטע פארבלאזענע מענשטן אפשר תשעה באב ביי איכה...

Mench » 26/5/2006 23:19

איך קען אויך קאמפערמען וואס "געגאנגען" האט געזאגט, אבער בערך 6 מענטשן וואס האבן געדאווענט דארט האבן אפילו נישט געדאווענט אין סאטמאר ביז יעצט, נאר אין אנדערע שולן, די שאלה איז צו זיי וועלן בלייבן דארט דאווענען צו נישט, אויב נישט האב איך מורא זיי וועלן בלייבן מיט פונקט א מנין ספרדיס.

אייןסאטמאר » 28/5/2006 19:47

קיינער האט מיר נישט גענטפערט, וועל איך פרובירן נאכאמאל

אין איד שטייט אז ר' בעריש ווייס איז געווען דארט ביי די שלשים סעודה, איז עס אמת?

Mench » 28/5/2006 20:11

יא, ס'איז אמת. זיין זון האט אים אהינגעשלעפט, אבער אפילו זיין זון דאווענט נישט דארט געהעריג זיי זענען נאר אהינגעגאנגן צום שלושים סעודה.