די וואך דאנערשטאג גייט זיין די דינער פאר כולל שומרי החומות.
איך הער אז זיי האבען געשיקט א דעלעגאציע צו כ"ק רבינו שליט"א צו רופען צום דינער, און די רבי האט זיך אפגעזאגט פון גיין,
ווייסט איינער מער פרטים?
וועם נעמען זיי אויף פאר נשיא?
הויפט זייט » כל העולם כולו » כולל שומרי החומות דינער - פסח שני
כולל שומרי החומות דינער - פסח שני
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1911246
ס'איז נישט אמת
דער רבי שליט"א האט זיך נישט אפגעזאגט, ער האט געזאגט אז ער וועט זעהן. תוקן על ידי - אלעסאמת - 09/05/2006 7:13:42
די דעלעגאציע ביי כ"ק רבינו שליט"א צו רופען צום דינער
תוקן על ידי - אלעסאמת - 09/05/2006 9:10:58
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
אלעס
האט די רבי זאל זיין געזונט אנגענומען די איינלאדענונג?
האט די רבי זאל זיין געזונט אנגענומען די איינלאדענונג?
יישר כח אלעס אמת
קענסטו מיר זאגען ווער די מענטשען פונעם בילד זענען?
און וואס איז זייער פאזישען אין כולל שומרי החומות?
איך זעה ר' אפרים ראזענפעלד ני"ו מיט ר' שלמה מייער ני"ו ווער זענען די אנדערע?
ר' ישעי' שווארץ פון פאפא
ר' פייוול האפפמאן
ר' .... האלענדער
די וועד הפועל פונעם כולל.
-
זענען זיי געווען ביים סיגעטער אויך? וועט למעשה רבינו שליט"א זיך משתתף זיין?
איך האלט אז די רבי שליט"א וועט נישט גיין ווייל ס'הייסט יעצט אז זונטאג און מיטוואך וועט ער אויף נעמען מענטשן און ווילימסבוירג איך גלייב נישט אז ער וועט אריין פארן נאך א טאג דאנערשטאג
וואס איז געבליבן ווייסט איינער? וועט רבינו שליט"א זיך משתתף זיין היינט נאכט?
ביטע ווער עס וויסט צו רבינו שליט"א וועט זיין היינט נאכט ביים דינער זאל מודיע זיין.
עס איז וויכטיג צו וויסן וד"ל
לדעתי (כאילו איינער פרעגט מיך) דארף ער קימען וד"ל
עס איז וויכטיג צו וויסן וד"ל
לדעתי (כאילו איינער פרעגט מיך) דארף ער קימען וד"ל
ס'הייסט אז ער פארט נישט
אבער מ'דארף גיין צום דינער זיי שטיצן
לדעתי (כאילו איינער פרעגט מיך), דארף ער נישט גיין,
ווייל כולל שומרי החומות האט זיך געבראכן פאר פאליטישע פרעשער,
ביים אויף נעמען ר' זלמן אלץ סגן נשיא,
איז דאס לדעתי א פאליטישע ארגאניזאציע,
יעצט זאלן זיי אויף נעמען פאר נשיא דעם טשיף ראביי,
העי, למה ניגרע, פארוואס נעמען זיי נישט אויף דעם זענטער און דעם מאנסיער פאר סגן נשיא, הא???
ווייל כולל שומרי החומות האט זיך געבראכן פאר פאליטישע פרעשער,
ביים אויף נעמען ר' זלמן אלץ סגן נשיא,
איז דאס לדעתי א פאליטישע ארגאניזאציע,
יעצט זאלן זיי אויף נעמען פאר נשיא דעם טשיף ראביי,
העי, למה ניגרע, פארוואס נעמען זיי נישט אויף דעם זענטער און דעם מאנסיער פאר סגן נשיא, הא???
קומען ספעציעל וועגן דעם = זיכער נישט.
אויב ער איז ממילא אין שטאט. = אדער יא אדער נישט.
לאמיר זיך נישט פאפען.
דער רבי שליט"א האט גענוג און נאך איבער'ן קאפ, און די נשיאות פון כולל שומרי החומות איז אים ווערט ווי א לאך אין קאפ.
טראכטס נאר אריין:
וואס האט דער רבי זצ"ל בעל בירך משה געהאט פון די אלע זאכן:
נשיא עדה החרדית
נשיא כולל שומרי החומות
נשיא התאחדות הרבנים
נשיא קרן הצלה
נשיא רב טוב
נשיא עזר לתלמיד
נשיא חדר עזרה
נשיא ילדי תימן
א גרויסע מכה...
אויב ער איז ממילא אין שטאט. = אדער יא אדער נישט.
לאמיר זיך נישט פאפען.
דער רבי שליט"א האט גענוג און נאך איבער'ן קאפ, און די נשיאות פון כולל שומרי החומות איז אים ווערט ווי א לאך אין קאפ.
טראכטס נאר אריין:
וואס האט דער רבי זצ"ל בעל בירך משה געהאט פון די אלע זאכן:
נשיא עדה החרדית
נשיא כולל שומרי החומות
נשיא התאחדות הרבנים
נשיא קרן הצלה
נשיא רב טוב
נשיא עזר לתלמיד
נשיא חדר עזרה
נשיא ילדי תימן
א גרויסע מכה...
מיינע צוויי צענט:
אזוי ווי עס ווערט אנגעגבן איז דער דינער היי יאר לע"נ רבינו הכ"מ, האלט איך אז אויב דער רבי איז אין וומ"ב דארף ער זיך זיכער משתתף זיין
אזוי ווי עס ווערט אנגעגבן איז דער דינער היי יאר לע"נ רבינו הכ"מ, האלט איך אז אויב דער רבי איז אין וומ"ב דארף ער זיך זיכער משתתף זיין
?any updates
ווייסט איינער ווי אזוי מהאט אויסגעריפען דעם סיגוטער ביים אריינקומען?אדער אנדערע פרטים
ער איז אריינגעקומען מיט א גאנצע טאראראם, באגלייט פון משה פרידמאן אין מרדכי דוד ווידער, מיט בחורלע'ך וואס האבן געשושקעט.. מען האט קיינעם נישט אויסגערופן.
איז רבינו שליט"א דארט געווען?
ניין!
די נעבאכדיגע זאליס און זאל האבן געשוימט, אז מען האט נישט אויסגערופן דעם טרעדישענעל ברוך
הבא פאר ר' זלמן לייב, און מען האט עם נישט געוואלט אנערקענען אלס טשיף ראביי.
תוקן על ידי - wassa_dif - 12/05/2006 21:34:26
תוקן על ידי - wassa_dif - 12/05/2006 21:34:26
די מאכסט א מיסטעיק
די רבי שליט"א איז געווען
דער טענטער איז נישט געווען ס'האט אים נישט ג'פאסט צו זיין צוזאמען מיט זיין ברודער
זומער
ווער איז אנטלויפן פון די מציצה בפה מיטונג??????????????
פארוואס איז ער נישט געקומען נעכטען?
ווייל ער איז געווען אין קר"י, אזוי ווי זיין טאטע פלעגט זיין געווענליך אין אזא צייט, איז ער נישט געקומען ספעציעל צו פארן, אזוי ווי זיין טאטע פלעגט נישט קימען פון קר"י.
מיר וייסען פין לאנג אז די מנהלים פין כולל זענען מער סימפאטיש צי בן פראדעלס גראפע
באמת האט מוה אהרן גענוג ארבעט להגדיל תורה ולהדירה, אין זייער כבוד פעלט אויס וויא א צאן וויטיג
זיי האבען געריפען מוה ארן שליטא באשר זיי האבען נישט געוואלט פארלירען די אינקאם פין רוב
סאטמערע חסידים וואס זענען אנ"ש פין מוה ר אהרן שליטא , וכבודם במקומם מונח ,
די האלב חסיד -האלב יעקעס אין אין די בעסערע מענטשען אנפירערס פין כולל וועלען עסען די קאשע
וואס זיי האבען זיך פאר לאנגע יארען אפגעקאכט אין זען אז עס איז א טייערע שפיל ווען מעלייגט
די בעטס
אויף אן אויסגעשפילטע פערד.....
אין באמת די סאטמערע חסידים האבען יעצט זייער א גרויסע עול אויפצישטעלען די מוסדות פאר עניי
עירך.....
לאו דוקא אז די מנהלים זענען מער נוטה אהין
איינער פין די גרויסע פירער אין די הנהלה איז מו"ה אפרים ראזענפעלד הי"ו, וואס איז א חסיד בלב ובנפש
איינער פין די גרויסע פירער אין די הנהלה איז מו"ה אפרים ראזענפעלד הי"ו, וואס איז א חסיד בלב ובנפש
שלמה מאיער דער יושב ראש און ר' פנחס וויינבערגער דער מנהל זענען פארברענטע זאליס
זיי האבן א פראבלעם וואס שטאמט פון די פאקט אז זיי האבן שכל און דאס ברענגט זיי, צו דעם
מציאות אז זיי קענען זיך שיסן אין קאפ דורך שיסן די אהרונים אין די פיס
און ביזדערווייל האלטן זיי נישט דערביי
פונקט ווי איצא אין התאחדות
פונקט ווי שטערמער אין עדה
פונקט ווי גערטנער אין קרן הצלה
מצדי זאלן זיי היינט נעמען ר' זאלישל, און פטור פון אלע חברה אויף איינמאל
יא זיי האלטען איין אהרוני מוה ר אפרים נ"י פאר נויה סוכה מזאל מיינען אז זיי זענען אימפארטייש
BUT IT IS TO LATE AND THE TRAIN LEFT THE STATION
מיר אהרונים זענען שוין ביזי מיט וויכטיגערע זאכאן אויפציבוען אינזער אייגען שטעטעל
אין די חכמים מנהלים פין כולל אין אויך די חכמיי פאפע ווינטש איך ענק:
עטס זאלטס ענק שטארק האלטען ציגעבינדען צים
שטריק וואס עטץ האלטס ענק שוין אן אזא לאנגע צייט איה ביז משיח וועט קימען
מיר האפען אז די NEXT זאל זיין היתאחדות וואס איז א טיטול אנע מיטול אין עס איז צייט אז די
ארגענעזאציא זאל אויסגיין
אויזער די גרויסע לאלעכער וואס זיי הענגען יעדען מאנטיג אין דאנעשטיק אויף די גאסען אין די
שיינע יודען וואס זיצען דארט אופען סיר הבשר פין די אלטע געלטער וואס היתאחדות האט נאך, טהון
זיי נישט קיין סאך אויף פאר ידישקייט
יא איך האב פארגעסען זייער מסירת נפש פאר כשר לפסח היתאחדות ציקער,
אוי ! אין די מילעך קעסטלעך.....
אבער די ענין פין ערלעכע רבנים שונאיי בצע קען מען ליידער נישט טרעפען מער אין די ארגענעזאציא
אנגעהויבען פין די TOP
אין איך שלאג פאר אז THEY SHOULD LOOK FOR A REAL JOB AND A KOSHER JOB
אין וויא עס זעט אויס איז די נסיון הממון צי גרויס אין היתאחדות, אין סאיז באמת שווער פאר די
שוואכע רבנים אין צדיקים פין זייער ארגענעזאציא א קעגען שטעלען זיך די ניסיון הממון וד"ל
אן ארגענעזאציא וואס צווישען אירע פירערס געפינט זיך דער חכם חכמים ר לייטנער דער
געוואלדיגע מיוחס וואס האט פוער פה געוועהן אז מזאל לייגען א וואנט צוויען רבינו הקדוש בעל
בירך משה זצל אין זיין הייליגע פעטער דער בעל דברי יאל זצל (מיר ווילען וויסען ווער פין עולם
וויסט ווער איז געוועהן די הייליגע פעטער פין
ר לייטנער )
אין אויך דער גוואלדיגער האסער פין מענשהייט ר מנשה פליפ, דער חכם פיליפ האט געשריבען אין
"דעם צייטונג" א יאר צירוק אז עס איז זיך געקימען פאר אמעריקע די SEP 11 באשר אמעריקע האט
זיך אייינגערעט "כחי ועוצם ידי" ( די רבי זצל בעל דברי יואל האט בחייו פאריאגט פין זיין
ביהמד דיזע מיני מעשיגענע קנאים)
סאטמער דארף נישט האבען אזא ארגענעזאציא עס איז מוקצה מחמת מיאוס!!!!!!!