היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מ'קריגט זיך... עלי יניח צדיק את ראשו.

מ'קריגט זיך... עלי יניח צדיק את ראשו.

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1910784

ווארהייט » 8/5/2006 19:38

איך האב געשריבן זייער א מאדענעם קעפל, אבער איך שרייב עס, אוטערן איינדרוק פון דעם אינטרעסאנטן אנגעצויגענעם מצב וואס עס הערשט ביי אונז, תלמידי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

כאטשיג עס קוקט אפשר אויס ווי מ'קריגט זיך, איז עס אבער געזונטע קריגערייען.
מחלוקת פון געגועים, ווייל ביידע ווילן האבן דעם צדיק, רבינו שליט"א בתוכינו.


מיין פאינט איז אזוי:

עס האלט אצינד ביי א מצב וואס צוליב דעם גרויסן השתוקקות פון די צוויי גרעסטע קהילות
וויליאמסבורג - צד א'
קרית יואל - צד ב'

ווילן ביידע האבן רבינו שליט"א, אלס א פולשטענדיגער תושב, מידי שבת בשבתו.

ביידע קהילות, מיט אירע טויזענטער תושבים שרייען:
עלי יניח צדיק את ראשו

ביידע זענען גערעכט
ביידע האבן גוטע טענות
אבער ביידע קענען נישט געווינען.

איך עפן דעריבער אויף דעם אשכול
צו הערן פון די חשוב'ע גולשים
וואס איז איינער מיינונג.

וויאזוי קען מען איינשטעלן א סיסטעם אז יעדער זאל זיין צופרידן
יעדער זאל זיין אייניג פארטרעטן, יושר'דיג

און מיט די זעלבע צייט נישט מאכן רבינו שליט"א אז ער זאל דארפן כסדר זיין אויפ'ן ראוד.

געשמאק » 8/5/2006 20:00

איך האב זייער א פשוט'ע סאלושאן.

ער זאל גיין אין פיסטריט פון טאטן.

ווינטער אין וויליאמסבורג, זומער אין קרית יואל.

די ימים נוראים אין וויליאמסבורג, סוכות שמח"ת אין וויליאמסבורג, פסח אין וויליאמסבורג.

שבועות אין קרית יואל.

עכטע_נייעס » 8/5/2006 20:04

פאר שבת איז געווען די פלאן אז איין שבת זאל כ"ק רבינו שליט"א זיין און ווילימסבוירג און איין שבת און קרית יואל דאס הייסט נעקסטע שבת און קרית יואל און א וואך דערנאך און ווילימסבוירג

איך האלט אבער אז מ'זאל מאכן גאנץ זומער און קרית יואל און גאנץ ווינטער און ווילימסבוירג

ב"ה אינז האבן א רבי שליט"א וואס מ'רייסט זיך ווי ער זאל זיין שבת יעדער וויל עם האבן ביי זיך איך הער אז בארא פארק וויל אויך אז כ"ק רבינו שליט"א זאל זיין אפאר וואכן דארט אויף שבת

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז רז"ל האט נישט דעם פראבלעם ווייל ווער ס'איז געווען און ראדני די לעצטע צוויי וואכן און ער האט געזעהן ווי ליידיג ס'איז געווען ביי רז"ל טישן זעהט אז אפילו און ווילימסבוירג דארף עם קיינער נישט

ער האט נאר אן אנדערע פראבלעם צו ער זאל אפילו פירן טיש יעדע וואך

אומדירעקט » 8/5/2006 20:10

מ'וועט איינשטעלן ארדערונג, ס'וועט זיין ארדערונג, ס'איז נאר דער אין אנהייב.

אויף רביה"ק ז"ל הכ"מ איז מען געווען דאס זעלבע דורשטריק, אבער ס'האט געהאט א סדר

אין נארמאלע אומשטענדן: ווינטער אין וומ"ס, זומער אין קרית יואל

דא האט זיך געשאפן א פיר-פאכיגער פראבלעם אויף איינמאל
1. קרית יואל'ער אידן וואס האבן ביז היינט זיך דערקוויקט מידי שבת בשבתו, פארלירן דאס, און ס'איז שווער
2. ווילאמסבורגער אידן, ווילן און לעכצן נאך טישן וואס זיי האבן שוין א לאנגע צייט נישט געהאט (בעסער געשריבן "נאך קיינמאל" נישט געהאט)!, א פלאץ ווי מ'קען זיך אדורכרעדן דברים העומדים על הפרק, נהנה זיין עצה ותשויה, ברכות און ישועות, וואס אסאך פון אונז האבן נישט זוכה געווען דאס צו האבן "צוליב פארשידענע סיבות".
3. עטרת ראשינו, כבוד קדושת רבינו שליט"א'ס שטערן הייבט אן שענער און שענער צו גלאנצן אויפן חשכות העולם, ארומקוקענדיג זיך, זיך זעהנדיג מיט וואס פארא עולם, און וואס פאר א געמיינער ווועלט מ'לעבט, און דא איז דא א הערליך ליכטל וואס דערווארימט יעדן ערליכן יוד, און יעדער וויל שטיין נאנט, נישט קיין חילוק צו יעצט איז זומער אדער ווינטער, אינמיטן טאג צו שפעט פרייטאג צונאכט'ס דריי-פיר אזייגער, נישט קיין חילוק צו דער שלום בית ערלויבט עס יא צו נישט, צו די קינדער מוזן זיצן אויפן טאטענ'ס שויס אגאנצן דאווענען אדער אויף די פאראנטשעס, און איין ווארט: דאס איז מיין לעבן, דאס איז מיין וועג ווייזער, און יעדע מינוט וואס מ'קען זיין לעבן דעם צדיק וויל עס יעדער אויסניצן ביזן לעצטן סעקונדע.
4. רבינו שליט"א וויל נישט פארלאזן די ישיבה, (קוקט אין די פתיחה דרשה וואס רבינו שליט"א האט יעצט געהאלטן אין ישיבה צום פתיחת הזמן ושפתים ישק, ובתוך הדברים, וזל"ק: איך וויל זיין אין ישיבה, איך וועל זיך בעסער אויסדרוקן: די ישיבה איז אין מיר, ס'איז שווער עס אויסצורייסן פון מיר)


אויבנאויף, מ'מאכט שוין ארדערונג, אז ביז שבועות זאל דער רבי זיין אין וומ"ס אין פון שבועות ביז נאך אנהייב אלול אין קרית יואל, וואלט עס יעדער פארשטאנען, חוץ, חוץ איינער, דאס איז דער רבי אליין!

faird » 8/5/2006 20:10

עס מאכט נישט קיין סענס איין וואך דא און איין וואך דארט.

די בעסטע איז וואס געשמאק זאגט.

ווינטער אין וויליאמסבורג, זומער (אריינגערעכנט שבועות) אין קרית יואל.

זייטס נישט קיין פערדן. מיר האבן טאקע אלע שטארק ליב דעם רבי'ן שליט"א, אבער מיר קענען אים נישט אויסמוטשענען צוליב אונזער השתוקקות צו זיין במחיצתו.

ווארהייט » 8/5/2006 21:04

דאס וואס איך האב פריער ארויסגעברענגט איז נאר איין שפיץ פונעם פראבלעם פון עלי יניח צדיק את ראשו
וויליאמסבורג מיט קרית יואל
אויף שבת קודש און ימים טובים.

עס איז אבער ווייט פון פארטיג.

דא קומט אריין די מתיבתא הקדושה, וואס איז דאס שווארצאפעל פון אויג פון רבי'ן שליט"א.

דער רבי איז צוגעבינדן צו די ישיבה בכל נימי נפשו ולבבו.
ער דאווענט דארט כסדר
ער לערענט דארט כסדר
ער פארהערט דארט כסדר
ער זאגט דארט פשט'לעך
ער זאגט דארט מוסר
ער לערענט דארט פאר תהלים
דארט איז זיין חיות אין די ד' אמות של הלכה אין די ישיבה.

קען ער עס איבערלאזן
וועט ער עס אפילו וועלן איבערלאזן אויפן ווינטער.

די אלע פארשלאגן פון די ליינער, אז ער זאל זיין ווינטער אין וויליאמסבורג
מיינט אז ער זאל אויפגעבן די מתיבתא הקדושה אויפן ווינטער אדער נישט.

זאל ער מער נישט עסן מיט די בחורים
זאל ער מער נישט זאגן קיין טיפע דרושים און טיפזיניגעג פשט'לעך פאר זיי יעדן פרייטאג צו נאכטס.

לאמיר נישט פארגעסן
רבינו שליט"א וועט ווייטער אויך וועלן גין די בית השחיטה כסדר (וואך איין וואך אויס)

איז מעגליך פאר איין מענטש אזויפיל און יעדער זאל זיין צופרידן.


בא_ללמד » 8/5/2006 21:06

מיין פארשלאג: אין די קומענדיגע דריי יאר זאל רבינו שליט"א וואוינען אין וויליאמסבורג, אויסער זומער זאל ער זיין אין קרית יואל, פון נאך שבועות, ביז ז' אלול. ימים טובים זאל ווערן איינגעטיילט ווי פאלגנד: ראש השנה אין וויליאמסבורג. יום כיפור אין קרית יואל, ביז נאך די ערשטע טעג סוכות. אושפיזא דאהרן אין וויליאמסבורג, ביז חנוכה. חנוכה זאל זיין האלב אויף האלב, איין נאכט אין בארא פארק. פורים זאל זיין אין קרית יואל, שושן פורים אין וויליאמסבורג. פסח זאל זיין די ערשטע טעג אין וויליאמסבורג, די צווייטע טעג אין קרית יואל. נאך די דריי יאר זאל ווערן צוטיילט האלב אין וויליאמסבורג, האלב אין קרית יואל. די ישיבה איז א גרויסער פראבלעם, וואס איך האב דערווייל נישט קיין לעזונג דערויף.

פאטאקי08 » 8/5/2006 21:20

געשמאק ס'קוקט אויס אז די וואוינסט און ווילי ממילא איז דיר געשמאק אזוי ווי די זאגסט

איך וועל דיר זאגן איך האלט אויך פונקט ווי דיר
נאר מיט איין טשענזש
שבועות אין וויליאמסבורג און סוכות (אריינגערעכענט שמח"ת) און קרית יואל

אייןסאטמאר » 8/5/2006 21:37

ההולך בדרכי אבות וגו'.

איך האלט אז מ' זאל נישט משנה זיין פון וואס זיין טאטע האט געטון, איך געדענק אלע יארן, עס איז אלס געווען בערך אזוי.

פון ר"ה ביז נאך סוכות, און גאנץ ווינטער איז ער געווען אין וומ"ס, חוץ אפאר שבתים וואס ער פלעגט זיין אין קר"י, אויך איז ער אסאך מאל ארויס געקימען אינמיטן זמן (ווייניגסטענס איינמאל א וואך) צו די ישיבה צו פתיחות, דרשות, פארלערנען סוגיא וכדומה, פארהערן און נאך, ווען עס איז געווען א סיבה צו קימען קיין קר"י צו א שמחה, דינער וכדומה, האט ער אויסגערעכענט צו ארויף קימען אין די ישיבה.

פסח אין ווימ"ס, דערנאך פלעגט ער פארן קיין קר"י זיין דארט ל"ג בעומר און שבועות, נאך שבועות איז ער צוריק געקומען קיין ווימ"ס אויף 2-3 וואכן ביז נאך די חתונה סיזן, דערנאך איז ער ארויס קיין קר"י ביז בערך חצי אלול און געדאווענט יעדען טאג אין די ישיבה (אוי מי יתננו ירחי קדם).

אזוי דארף רבינו שליט"א אויך טון (לדעתי).

פאטאקי08 » 8/5/2006 21:42

מען דארץ נעמען און באטראכט 2 נקודות

1) אין ווילי דארף מען קודם האבן
   1) א גרויסע פראקטישע בית מדרש וואס זאל קענען צוזאםהאלטן דעם עולם אזוי ווי פאר 12 יאר צוריק
   2) און מען דארץ האבן דארט געהעריג מוסדות
וויל לאנג עס איז נישט דא דארט די אלע זאכן האט דער רבי מער ארבעט און ק"י ווי ער האט
א מעכטיגע קהלה אפארט
קהל
האתחדות אבריכים
שבת אחים (וואס דער רבי זאל זיין געזונט איז אלע יארן געווען אריינגעטוהן אין דעם וד"ל)
כולל צעירים, כולל גבוה,
בית דין צדק
ועד הכשרות
מקוה טהרה
בית השחיטה
מצה בעקעריי

מוסדות
פון פרי סקול ביז ישיבה
בית רחל
12'טע קלאס
בנות מלכים

די מתיבתא הקדושה

אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון רבי'ן שליט"א

אין וויליאמסבורג איז רוב פון די זאכן נישט דא

2) דערווייל הייסט דער רבי נאך אזוי:
כ"ק אדמו"ר סאטמאר וגאב"ד קרית יואל שליט"א
און קרית יואל קען נישט בלייבן אן קיין מרא דאתרא
און דער רבי זי"ע בעל ויואל משה האט אויך געוואוינט און קרית יואל


 

באראש » 8/5/2006 21:50

אויך פארלאנגט די בארא פארק קהלה אז רבינו שליט"א זאל קומען דארט אפער שבתים.

יעצט הייסט עס אז רבינו שליט"א וועט דארט זיין אין דריי וואכן ארום.

פאטאקי08 » 8/5/2006 22:21

ווי גייט דער רבי שליט"א זיין די וואך פרשת אמור?

volvi06 » 8/5/2006 22:26

In KJ

boro567 » 8/5/2006 22:26

קרית יואל!!

מענדלדרעי » 9/5/2006 02:38

למעשה איז רבינו שליט"א געווען אין קרית יואל די אלע יארען. אין אונז אין ווילי האבען נאר געהאט רבינו שליט"א 2-3 מאל אין יאר.

כרגע דארף אויך וויליאמסבורג די כוחות הנפש פון רבינו שליט"א צו בויען סאטמאר, בשעת קרית יואל שטייט על תילה.

לדעתי זאל רבינו שליט"א זיין אין וויליאמסבורג לכל הפחות ביז עס שטייען אלע אונזערע מוסדות אין שטאט, חוץ פון זומער ווען רבינו שליט"א זאל זיין מיט אחים לדעה אין קרית יואל.

13Hooper » 9/5/2006 07:57

איך האלט אז ווילאנג דער רבי קימט אויף וויליאמסבורג מיז דער סיגעטער אויך פירען טיש
אין וועט זיך מיזען אנגרייטען עפעס תורהלעך  אין מען וועט קענען הערען זייער אפט
אוי עס איז צרות[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 9/5/2006 14:07

מענדל,

און די אלע יארן וואס וויליאמסבורג האט געהאט דעם רבי זי"ע הכ"מ? דעמאלטס האט וויליאמסבורג געהאט און קרית יואל נאר אביסל. יעצט קענסטו נישט אוועקנעמען פון קר"י אלעס.

און פארגעס נישט. דער רבי וועט זיין אין קר"י אסאך אזוי צו אזוי. ער וועט פון די ישיבה נישט אוועקגיין. ער האט זיך גענומען דעם וועג פונעם יטב לב. וויל מען נאר אז ער זאל דארפן זיין א האלבע וואך אין וויליאמסבורג (ווייל די אנדערע האלבע וואך וויל דער רבי זיין אין קר"י) נו דער רבי דארף מען אזויפיל ארומשלעפען?

עכטע_נייעס » 9/5/2006 16:02

און עפשר קויפט מען אן העליקאפטער......

פאטאקי08 » 9/5/2006 19:26

אויב מען וועט קויפן א העליקאפטער וועט דער סיגוטר אוודאי קויפן א פלעין צו פליען...גיי ווייס וואו...
און דער זענטער וועט אוודאי אויך נישט וועלן בלייבן אוטערשטעליג...

שפיטצער06 » 10/5/2006 17:39

ווי גייט די רבי שליט"א

זיין ל"ג בומער, און שבועות.?

געגאנגען » 10/5/2006 17:42

איך האלט קלאר אז דער רבי דארף וואוינען אין קרית יואל (כאטש אונז וועט עס נישט שמעקן), סיי וועגן די ישיבה, סיי וועגן ער איז דארט צוגעוואוינט, און בעיקר ווייל דער רבי זי"ע בעל דברי יואל האט געבויט די שטאט און געוואלט אז קרית יואל זאל זיין דער צענטער פון סאטמאר און נישט וויליאמסבורג. וויליאמסבורג וועט לכאורה אמאל נאך ווערן אויסעשפילט קרית יואל נישט אי"ה.

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:10

דו האלסט אז די צעטראלע קהלה וועט נאך אמאל זיך אריבערציען קיין קרית יואל?
מי יתן והיה!

מקוה_איד » 10/5/2006 18:33

אז מ'מאכט א חשבון האט רבינו ז"ל מער "נישט" געוואוינט אין וומ"ס ווי "יא".

דא איז בערך די גאנצע יאר סייקל:

פון נאך כ"ו אב ביז נאך שמחת תורה - וומ"ס - 2 חדשים
אסרו חג  ביז פ' ויצא (ב"פ דינער) - פלארידע
ויצא ביז נאך חנוכה - וומ"ס - 1 חודש
פון נאך חנוכה ביז שבת שקלים - פלארידע
שבת שקלים ביז נאך פסח - וומ"ס - 1 חודש
אסרו חג פסח ביז אסרו חג שבועות - קרית יואל
אסרו חג שבועות ביז קאנטרי סעזאן - וומ"ס - 1 חודש
קאנטרי סעזאן ביז כ"ו אב - שעראן ספרינגס/קרית יואל

דעריבער, האלט איך אז דער רבי קען טון די זעלבע זאך, נאר שטאטס זיין אין פלארידע אין שעראן ספרינגס, וועט ער זיין אין קרית יואל, און די וויכטיגע חדשים, די ימים טובים און ימים נוראים וואס דעמאלטס איז בין הזמנים און נישט דא קיין ישיבה און סיז שטארקע געזעגענעכטס סעזאן, זאל ער זיין אין וומ"ס.

דאס אז ער איז ווייט פון חסידים איז באמת נישט קיין לעגיטימע אישו, ווייל עס וואוינען טויזענטער חסידים פון רבינו שליט"א איבער די גארער וועלט, און מ'האלט זיך נונט, די סדר העולם איז אז די חסידים פארן צום רבי'ן נישט פארקערט, יא, אויב מ'קען מאנעווירן אז דער רבי זאל זיין לעבן וואס מער חסידים, מה טוב ומה נעים, אבער דער ערשטער ציל איז אז דער רבי זאל זיין די באקוועמסטע, אזוי ער זאל קענען דינען דעם אייבירשטען מיט די ווייניגסטע מניעות, און אטאמאטיש איז עס א טובה פאר די חסידים אז ער האט וואס ווייניגער שטערונגען צו משפיע זיין מהודו, און סיז קיין ספק איז קרית יואל איז די פלאץ ווי דער רבי וויל זיין, ממילא מוז מען זעהן צו ממלא זיין רצונו.

דאס איז מיין עניית דעתי.

מבני_בניו » 10/5/2006 18:35

מקוה איד, WRONG. דעס איז נאר געווען סוף ימיו, אמאל פלעגט די רבי ז"ל זיין רוב יאר אין וויליאמסבורג.

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:44

פון דא קען מען זען אז רבינו שליט"א וויל בלליבן ווייטער אין ק"י אזוי ווי ביז יעצט נאר ער וועט דארפן מער אריינפארן אין שטאט ווי ביז יעצט אבער זיין ריכטיגע בית נאוה קודש וועט זיין אין ק"י אזוי ווי ביז יעצט


מורא'דיגע ווערטער פון כ"ק מרן רבינו שליט"א איבער די ישיבה - קענט איר דא הערן

די לינק ליגט שוין אין א אנדערע אשכול אויך
 כ"ק רבינו שליט"א און ישיבה גדולה ומתיבתה...


אייןסאטמאר » 10/5/2006 18:50

מבני בניו, די ביסט ראנג, איך געדענק אויך אזוי ווי מקוה (בערך)

זשוליאני08 » 10/5/2006 18:54

מקוה איד א גוטער חשבון

איך האב א שטיקעל הוספה.

דער רבי זצ"ל פלעגט  שטענדיג בלייבן נאך כ"ו אב קרית יואל, איך מיין אז אפילו די ו' אלול יארצייט פלעגט אויך זיין אין קרית יואל בהשתתפות רבינו הגה"ק זצ"ל.

דער רבי פלעגט נאך בלייבן ביז נאך אנהייב אלול אין קרית יואל דאס איז זיכער.

פאטאקי08 » 10/5/2006 18:59

איך הער אז ביי זאלי הארגעט מען זיך אויך ארום ווי ער זאל וואוינען די וויליאסבורג און די זענטע מיט די גבאים זאגן ער זאל זיך גיין אין קווינס און דארט פירן טיש און די בחורים מיט זייערע מגיד שיעורים וואס ווילן נישט ארבעטן אווער טיים ווילן ער זאל פירן טיש און ראדני און אזוי קענען זיי גיין צום טיש (כ'מיין ארום שפאצירן אויפן אנדערע זייט ווילי ברידזש ועוד...)

עלי לא יניח צדיק את ראשי...

ספוט » 10/5/2006 19:11

ברוך השם ביי ר' זאלי הארגענט מען זיך גארנישט ארים ער וועט בלייבען רבי אין ווילאמסבורג אין פירען סאטמאר ביז משיח וועט קימען.....