רבותי עטס מוזט הערען א פלאפ פון א איד, עס איז נישט לשון הרע, ווייל.............
אזוי ווי יעדער ווייסט דא אז דער ווייסבעסער האט זיך פארמאסטן מיט סאכדעס'ן, איבער ווער עס זאל זיין דעם חשוב'ן דייענ'ס געהויבענעם שאמעס, ווייסט דאך אבער נישט ווייסבעסער וויאזוי מען באדינט אזא איד פון דער אלטער היים, מילא דער סאכדעס ער האט דאך שוין אביסעל עקספיריענס.
פאסירט אזא מאנסע, דו וואך זונטאג, 1:30 נאכמיטאג, קומט דער דייען אריין אינעם בית הוראה ווי געווענליך, שלעפט מיט מיט זיך דו ווארעמע קאווע וואס די דייענ'טע שיחיו האט אנגעראכטן אז עס זאל אים נישט קאלט זיין אין דו קאלטע אייר טעג, לייגט אראפ די קאווע אויפן רעכטן זייט פונעם טישל, עפענט די לעדל ארויס נעמען די פעקל פאפירן צו שרייבן די חידושי תורה, נעמט עס ארויס מיט א פעדער און הייבט אן צו שרייבן,
נו ווי געווענליך זעצט זיך סאכדעס אויף זיין מקום קבוע פונעם לינקן זיין טיש מיט זיין גרויסן קיבארד, בליקט אריין אינעם דייענס נאטיצן, אזוי אז אויב עס איז דא די מינדעסטע חידוש וואס דער עולם דארף וויסן זאל עס שוין זיין גלייך ראוי לדפוס, פארשטייט זיך אז עס איז איבריג צו זאגן ווי דאנקבאר מיר דא זענען פאר אים.
אלעס פארט זיך אזוי שטיל על מה מנוחות, יאנאש זיצט אינטן סערווירט דעם עולם, און דער דייען מיט סאכדעס זיצן אויבן ענפערן שאלות, אימיטן קומט זיך אריין א אידל מיט פארוויינטע אויגן, יאנאש האט דאך א הארץ פון פוטער, פרעגט ער אים ווי הייסט איד, זאגט ער איך הייס jany1, פארציילט ער מיר אזוי, קום איך פון א וויטן דארף, איך האלט פארן אפשערן א קינד צו מזל, ברויך איך וויסן וואס טוט מען ספירה, האב איך געהערט אז דא אין מאנגאליע הערשט א דייען וואס אלע סיתרי תורה זענען אפן פאר אים, קום איך אהער פרעגן, און איך ווייס נישט וואס עס גייט דארט פאר, עס גייט קולות יעדער שרייט, איינער עפעס א פעשליכער שטייט מיט א האט קאפ אין איין האנט, און מיט א קיבארד אין די צווייטע האנט און שרייט אזש די ווענט ציטערן, איך האב נישט געהאט קיין ברירה איך האב אפגעפוצט, און איצט מוז איך צוריק פארן אהיים איך האב נישט קיין געלט פאר שפעזן, איך האב געהאפט אז דער דייען וועט מיר גיבן א נדבה, און דא גארנישט.
קודם האב אך בארואיגט דעם איד, אז ער קען דא בלייבן, איך וועל אים מאכן פלאץ ביי מיר אינעם אויפגערוימטן צימער, נאכער בין איך מיר ארויפגלאפן אלע טרעפ, פארסאפעט קום איך אן אויבן, פראל אויף דעם טיר, און איך ווער באפאלן פון סאכדעס'ן, וואס קומט נאך דאבעל יו, הא, זאג שוין דארט שנעלער שנעלער, וואס איז נאך די אי, איך קוק ווי די האן אין די בני אדם, וואס וויל ער פון מיין לעבן האבן, זינט ווען מעג מען פסקענען בפני הרב, זאל ער א פרעג טאן דעם דייען, ער ווייסט דאך אלעס.
צוביסלעך האט מען איבערגענומען די זאך דארט, דער עולם האט זיך בארואיגט, דער דייען זעצט זיך צוריק אויפן בענקל, סאכדעס צום לינקן זייט, פלוצים זעה איך ווי פון אינטערן טיש קריכט ארויס א שאטן, איך האב מיך דערשראקן צום טויט, איך האב נישט געוויסט אז דער דייען איז עוסק אין די זאכן, וואס טיען נשמות דא ביי אים.
לויפנדיג צום טיר, הער איך ווי סאכדעס הויבט אן פריש מאכן קולות, יא יא דו ביסט שולדיג, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז מען זעצט זעך נישט ביים רעכטן זייט, דארט ליגט אלס א קאווע, און קוק וואס דו האסט אנגעטון דא, אלס מיינסטו אז די ווייסבעסער.
שוין איך וועל נישט מאריך זיין, אבער אזויפיל קען איך ענק זאגן אז ביז יענטאאש וועט נישט אריינקומען פאר מיטונג, וועט סאכדעס נישט האבן א נייעם קיבארד, מען ברובירט איצט וואס מען קען צו פארעכטן דעם אלטן, איך האב שוין געמאכט אן אפיל אויף גאאגל טאלק, נאטו האט זיך ווארעם אנגערופן, העלמער זעהן, נאר אזויפיל יא, דערדייען האט אויסגערופן בלשון קדשו "ווייסבעסער מער וויל יעך דיר זעהן דא אינעם צימער אויסער אויב די האסט א שאלה להלכה, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה" עכל"ק.