באזוכענדיג היינט אין שפיטאל ביי א חולה ל"ע (ה' ישלח לו רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל) קומען אן צו מיינע אויערן אזעלכע ווערטער, ארויסגעזאגט געווארן דורך א קראנקן-ברודער וועלכער האט געמאכט זיינע רוטינע רינגן (ראונד"ס בלע"ז) ביי די פולע פאציענטן: צייג מיר נישט די קוקיס, ווייל איך פאסט היינט...
ווען דער קראנקן-ברודער (אויב דו ווילסט איז ער א דאקטער גאר) איז אנגעקומען נאך א קורצע וויילע צו באאבאכטן דעם פאציענט וועלכן איך האב באזוכט, האב איך זיך גענומען די קוראזש און אים אנגעפרעגט דערוועגן: איז עס אמת אז דו פאסט היינט? און פארוואס?
ער זאגט מיר: יא! איך פאסט זיבן טעג!
איך קוק אים אן מיט ווינדער (ער האט זיך פעסט ארומגעדרייט צווישן די בעטן, מיט א שפרונג אין זיינע פיס, האט נישט אויסגעזען אזוי נעבעכדיג ווי איך זעה אויס נאך א טאג פאסטן), און געב אים א פרעג: דו עסט נישט און דו טרינקסט נישט?
דא האט ער שוין דערזען מיט וועמען ער האט צוטאן, א נייגעריג אידל האט זיך אנגעטשעפעט אין אים.. האט ער זיך גענומען ערקלערן: איך בין אן אינדיאנער-אמעריקאנער, מיר האבן אזא סארט חגא וואס מיר פאסטן דערביי א וואך צייט, זיבן טעג נעמען מיר נישט אריין קיין שום עסנווארג אין זיך. וואסער טרינקן מיר אבער יא, און קאווע איז אויך ערלויבט, צוליב דעם וואס עס פארמאגט נישט קיין קאלעריען.
איך פרעג אים: דער וויפעלטער טאג איז היינט? זאגט ער מיר: היינט איז שוין (ב"ה) די זעקסטע טאג! און ער געט אן אטעם אפ...
איך האב זיך גענומען די דרייסטקייט און אים געפרעגט: וויאזוי קענסטו זיך האלטן אין אזעלכע גוטע ספיריטס (מצב רוח, גייסט)? האט ער מיר מסביר געווען אז ווען ער באדינט זיינע פאציענטן איז ער אלץ זייער גוט אויפגעלייגט, ווייל ער שפירט אז ער טוט עפעס אויף פאר די מענטשהייט (נעמט ארויס פון דא א מוסר השכל!).
הכלל, ביי מיר איז דאס געווען נייעס, און איר ווייסט דאך אז יעדע נייע זאך וואס איך ווער געוואויר, פרוביר איך דאס מיטצוטיילן מיט אייך, מיינע חשוב'ע קאלעגעס און גוטע פריינט, און דאס איז די ציהל פון מיינע רייד, א גוטע נאכט!