היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שבת פ' אח"ק אין ראדני סטריט

שבת פ' אח"ק אין ראדני סטריט

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1909607

כל_העולם » 7/5/2006 19:57

כדי אלע באריכטן פון שבת זאלן זיין אויף איין פלאץ עפן איך אויף א נייע אשכול.

כל_העולם » 7/5/2006 19:58

גאנץ וומ"ס רעדט: סאטמאר וומ"ס צוטיילט 65/35


עכטע_נייעס
 
איבעראל וואו מען איז געגאנגען שבת האבן מענטשן גערעדט און געטומלט איבער די שטוינענדע אנטוויקלונג פון דעם שבת, דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם, ער האט געפירט הערליכע טישן, בשעת דער סיגעטער האט נישט געקענט אנפילן דעם ראדני בית המדרש, וואס איז
מכלומר'שט זיין אייגן שוהל.


נאכ'ן זאגן א גאנצע וואך פאר זייערע קעלבליך,אז פאריגע וואך די ערשטע וואך וואס ביידע האבן געפירט טיש איז געווען די תוריץ אז די רבי שליט"א האט א גרעסערע עולם און די גאנצע וועלט אבער ווען ס'וועט זיין נאר און ווילימסבוירג סאטמאר וועט דער סיגעטער האבן א גרעסערע עולם, די וואך שבת איז דאס צופאלן ווי א זייפן בלאז ווען גאנץ ווילימסבוירג האט געזעהן אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם און דער סיגעטער האט געהאט א נארישע קליינע טיש אויף א קליינע חלק פון די ראדני בית המדרש.


די שמועס אין גאס איבעראל איז אז "ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א) האט איינגענומען סאטמאר ווילימסבוירג מיט א שטורעם," "ער האט געוואונען די מלחמה אן קיין איין שאס", "איבער 65 פראצענט סאטמאר ווילימסבוירג איז געגאנגען מיט ר' אהר'נען."
 
   
 
אלעסאמת
 
איך בין געווען ביים טיש פונעם סיגעטער.


ס'איז געווען דארט מאקסימום 160 מענטשן שוין מיט די בחורים.


זיי זענען געווען דעפרעסט, אז דער רבי שליט"א פראוועט ווייטער א גרויסן שבת במעמד אלפי ישראל און טראץ וואס זיי האבן דערווייל ראדני, קימערט זיך נישט דער עולם, און זיי פוסטעווען אפ.


משה בן פראדעל האט זיך נישט באוויזן.
ער איז שוין געפלויגן פון גבאות.


ליפי קרויס האט שוין אויסגעפירט, אבער זיינע קעלבלעך. זענען געבליבן אין די בעטן, כראפענען...
דער בעטלאנער רבי, איז בעסער ווי דער סיגעטער'ס אמעראצעס זאגן זיי.

כל_העולם » 7/5/2006 20:00

אשר_זלמן:

יעצט באקומען אין אישי וואס די זאליס האבן געשיקט פאר שבת, בעטנדיג די עולם זאל קומען
צו
זאלי'ס טיש.

we B"H have back a Fri.Night Tish & a Tinkele ShSides "a
Chasidisher Yid goes to a Tish
"even if he is tired

כל_העולם » 7/5/2006 20:06

עכטע_נייעס:

און ראדני פרייטאג צו נאכט ביים טיש איז די ביסל פארענטשס וואס איז געווען איז געווען נאר בחורים

און טענט האט מען קעמאט נישט געזעהן קיין בחורים די פארענטשס זענען געווען פיל מיט שטריימליך

ווייל די בחורים זענען געבליבן און ישיבה רבינו שליט"א איז געפארן יעצט אויף קרית יואל צו דאווענען מארגן און ישיבה און דערנאך וועט ער צוריק קומען קיין ווילימסבוירג דא אויף נעמען מענטשן

ביי של"ש און ראדני איז די פארענטשעס געווען פיל מיט קינדער און ס'איז געווען א געשלעג וועגן די לעקטער וועד החינך פון קווינס האט נישט געלאזט און די בחורים האבן יא געוואלט צום סוף האבן די בחורים אויס געפירט און מ'האט יא אויסגעלאשן

תוקן על ידי - כל_העולם - 07/05/2006 20:14:12

כל_העולם » 7/5/2006 20:09

געשמאק:

איינער האט מיר געשיקט א לינק צו חדשות ילדי סיגעט. איך ליין עס און איך וואקל מיך פון לאכן, וויאזוי זיי זענען מסביר די שרעקליכע דורכפאל פון דעם שבת

גלייבטס מיר נישט ליינט די ווערטער פון קעניג:

עס איז געוועהן אנגעגרייט זייער ווייניג פלאץ, צו זיצען און אויף די פארענטשען.
איך האב מיך קודם אראפ געשטעלט און די זייט, אין באמערקט ווי מאסען מענטשען שטראמען אריין, און זעענדיג אז עס נישטא קיין פלאץ, זענען זיי נאך א שטיקעל צייט אהיים געגאנגען.

און דא איז טאקע דאס פלאץ צו בעטען פין ווער עס האט קאנעקשאנס, צו מאכען זיכער אז ביים טיש זאל זייל עט ליעסט אזויפיל פלאץ ווי ביי שלוש סעודות.  אז עס וועט זיין פלאץ, וועט זיין אי"ה מענטשען.  מען טאר זיך נישט אינטער שאצען.  דער עולם וויל קימען, און מען דארף זיך צושטעלען.  און אביסעל קאלטע סעלצער שאדט אויך נישט.
און ווי אויך מיז זיין א הויכע סטעידזש פארען רבי'ן. נישט למען הטראסק און א שאו, נאר ווייל אויב איז עס נידריג אזוי ווי ביז יעצט, קען דער עולם נישט מיטהאלטען, אין יעדער שטעלט זיך אויף, און מען נעמט זיך שרייען "אראפ פין די בענק", און עס ווערט אן איבער קערעניש.

נאכ'ן ליינען די מרה שחורה ווערטער וואונדערט זיך נאך איינער פארוואס מען זעט אזויפיל ניבול פה אויפ'ן אנדערן פארום?

כל_העולם » 7/5/2006 20:24

גוטזאגער:

אן אמת'ער שמועס צווישן צוויי זאליס, וואס איך האב מיטגעהאלטן, ארויסגייענדיג נאך שלש סעודות פון ראדני.

- נו, וואס איז געווען אין טענט?
- נישט געפערליך. א דאפלטער עולם ווי ביים רבי'ן שליט"א.
- wow, אזוי ווייניג מענטשן האט אהרן געהאט?

קאמענטארן זענען איבעריג...

סיגוטמתנגד » 7/5/2006 20:34

.....

ארענדאר » 7/5/2006 20:48

אזא שאד אז ער פירט נישט קיין טיש אינדערוואכן.

עס איז געווען בושות פרייטאג צונאכטס אין ראדני, ווען אינמיטן זאגן די תורה האט דער עם הארץ פארגעסן א גמרא, און מען איז שנעל געלאפן ברענגען די גמרא. ערשט דעמאלטס האט ער ווייטער געקענט זאגן תורה.

ווען דער אויבערשטער וויל אפטאן אן עם הארץ, גיט ער אים אריין די תאוה צו ווערן א רבי...

פאטאקי08 » 7/5/2006 21:40

עכטע נייעס לויט ווי אזוי דו לייגטס עס אראפ קוקט אויס ווי סאיז סאך מער ווי 65/35 עטליסט 80/20