היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » מאנסי בנשיאות רבינו שליט"א- באמבע נייעס

מאנסי בנשיאות רבינו שליט"א- באמבע נייעס

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1908975

צווייבאבוב » 7/5/2006 09:29

[חלק מדברי הם מדברי דרשתו של רב ואב"ד באבוב מונסי שליט"א]

פאר א יאהר צוריק האט מען באשלאסן צו פירן דאס ביהמ"ד אויף א נוטראלן אויפן אהן פאליטישע הנהגות.

אבער היות אז דורך די יאהר האבן געוויסע יחידים בשום אין אופן נישט צוגעלאזט די סארט שטילקייט אין זיי האבן כסדר צושטערט די רוהיגקייט אין בימ"ד

אין בפרט ווען די לעצטע תקופות האבן אנשי דלא מעלי אנגעהויבן צו טוהן כל מיני שריט וואס די הנהלת הבימ"ד האבן מיט שטארק פארזיכטיגקייט נאכגעקוקט אין פארשטאנען אז זיי ווילן בכוח זיך אריינרייסן אין פארכאפן דאס פלאץ.

אזוי אויכעט איז אהנגעקומען לידיעת ראשי הקהילה ידיעות פין געוויסע מקורות אין עסקנים וואס האבן איבערגעגבן בסודי סודות ידיעות וואס האבן באשטעטיגט אז זיי גרייטן זיך צו איבערנעמען בכוח די הנהגת הבימ"ד אין צושטערן די רב'ס נוטראלע הנהגה אזוי ווי זיי האבן שוין באוויזן אין אלע אנדערע בתי מדרשים ווי זיי האבן אללעס פארכאפט מיט כוח הזרוע 








אשר על כן כדי מונע צו זיין חילול כבוד שמים אין ביזיון שם באבוב אין די גאסן האבן די ראשי הקהילה אינטערגענומען די נייע שריט "יפה שעה אחת קודם" אין מקדים געווען רפואה למכה מיט'ן זיך אינטער צו ווארפן גענצליך אינטער די הנהגה פין איין רבי'ן ה"ה כבוד קדושת רבינו שליט"א וואס רוב מתפללי הבית מדרש זענען דבוק ומקושר אין עם אין ער איז פין היינט אהן אין ווייטער דא דער מנהיג אין בית המדרש אין שאר המוסדות אין אללעס וועט געפירט ווערן תחת הנהגתו.


מ'האט אין די לעצטע מינוטן אריינגעברענגט 3 נייע עמודים

די ערשטע פאר כ"ק רבינו שליט"א

די צווייטע פאר אבד"ק קהילותינו שליט"א

די דריטע פאר די אב"ד קהילת באבוב מונסי שליט"א


באבובע חסידים אין די גאנצע וועלט נעמען אויף מיט פרייד די פרייליכע בשורה.



די באבובע קהילה אין מונסי איז פין די שענסטע קהילות וואס באבוב פארמאגט אין די וועלט:






חוץ פין די גרויסע שיינע הערליכע בית מדרש וואס האט אין זיך אן הערליכע מקווה מיט פילע מניינים ביי שחרית מנחה אין מעריב מיט כוללים אין טעגליכע שיעורים






פארמאגט מונסי פארשפרייטע מוסדות אזוי ווי א תלמוד תורה מיט ארום די 275 קינדער בליעה"ר אין א מיידל שולע פין 120 מיידלעך בליעה"ר






מיט פארשטייט זיך די חשובע רב אב"ד הקהילה חתן אבד"ק קהילתנו שליט"א וואס פירט די מוסדות ביד רמה אין וועט עס ווייטער פירן תחת נשיאותו פין כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין בראשות הגה"צ אבד"ק שליט"א עד ביאת גואלינו בב"א.






 

תוקן על ידי - צווייבאבוב - 07/05/2006 9:49:32

רבי_חסידים » 7/5/2006 09:56

כל הכבוד!!!!!

כה לחי!!!!!!

אז מונסי כן בדין תורה או לא?

וקצת תמונות?

אני זוכר את הכתרת הרב של מונסי ע"י המהר"ש זצ"ל זאת היתה מעמד יפה במיוחד!

לכבוד_שבת » 7/5/2006 10:02

לאז'ן מיר צו ווארטן אפאהר טעג

לאזמיר זעהן וואס עס גייט זיך אנטוויקלען.

תוקן על ידי - לכבוד_שבת - 07/05/2006 10:07:04

SIM89 » 7/5/2006 17:52

האם זה בשייכות למה שאירע עם כ"ק אדמו"ר מויז'ניץ שליט"א החונה במאנסי?

לכבוד_שבת » 8/5/2006 05:18

לעבעדיג אין מונסי

צענדליגע קאר'ס שטייען געפארקט אקעגן די הויז פין ש. ברוק אין די יועצי חלם פין "זעקליטשין" זיצן אין טראכטן אויס זייערע פינסטערע פלענער וויאזוי צו פארכאפן די בימ"ד אין די מוסדות אין מונסי.

אזוי אויכעט איז א שטיקל היימישע עולם אהינגעפארן על כל צרה שלא תבוא צו זיין אויף די וואך פין די רשעים אין מוסרים וואס זענען חשוד אויף צו טוהן אלעס-- טאקע אלעס וואס זיי קענען וועלן זיי טוהן נישט קיין תורה אדער חסידות אדער יידישקייט וועט זיי צוריק האלטן ווי מען האט געזעהן יענער וואך אין קאורט.

די פאליציי איז געווען פריער לעבן די באבובע מוסדות אין געשטעלט גארד'ס אויף די וואך ביז די חיות אין מוסרים וועלן זיך בארוהיגן.

יעצט קומט ארויס די אמת אז זיי האבן טאקע געהאט פלאנירט זיך אריינצוברעכן אין בימ"ד בכוח אין אהינשטעלן חיים שלום אלס זייער רב אין איבערדרייען דאס בימ"ד --- ממש בקרוב האבן זיי דאס געפלאנט אין בע"ה זענען די ראשי הקהילה פין מונסי מיט דער רב ר' הערשל באצייטנס געוואיר געווארן דערפון אין געטוהן די ריכטיגע שריט צו פארמיידן זייערע רשעות'דיגע אקציע'ס.

718851CASH » 8/5/2006 07:36

אילאוויטש ווינט אין אלע זיינע יועצים זיי קענען דאס נישט ציקוקען זיי וויסן נישט וואס צי טוהן מיט זיך, זייערע פלענער פאלן צאם, זיי האבן האבן געהאט א מיסן דורכפאל ביי שלומה קרוק אינדערהיים זיי וויסן נישט ווי זיך אהינ ציטוהן.

לכבוד_שבת » 10/5/2006 04:06

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 

וואס איז געווען אין מאנסי נעכטן נאכט ביי די הויז פין שלוימע ברוק?

 

אן ערך פין 45-50 קאר'ס האבן געבלאקט די גאנצע גאס אין עלטערע יידן האט מען כסדר געזעהן אריינגיין אין ארויסגיין קאכן אין שרייען.

 

די "זעקליטשינער חסידים" האבן בעצם געהאט אין פלאן צו ברענגען קיין מאנסי זייער באליבטן רבינ'ס זוהן דער באקאנטער "פאר קדושים" חיים שלום'ן אין מיט עם אריינגיין בכוח אין די באבובע בית מדרש אין שרייען "יחי אדוננו מלך המשיח" אבער וויבאלד זיי האבן געהערט אז די פאליציי האט זיי מקדים געווען האבן זיי צוריק געצויגן פין זייערע חעלימשער עצה אין באשלאסן אז מ'גייט לפחות אויפנעמען א נייע רב פאר זייערע 'ריזיגע' קהילה אין מאנסי אין נייע גבאים פאר זייערע נייע געדינגענע בימ"ד ווי זיי פלאנען כרגע דארטן צו גיין דאווענען שבת.

 

אויף די ליסטע וועמען אויפצונעמען אלס רב דקהילת "זעקליטשין" זענען געווען 3 זעקליטשינער'ס

 

 

1. אברהם משה שעיה- ער ווארט שוין אפאהר יאהר אויף עפעס א מכובד'יגע אמט וואס לדעתו פאסט עס לכבודו.

2. אלימלך געללער א זוהן פין חיים געללער א שוואגער פין משה חיים מאנדעלבוים.

3. פנחס יונג – א בעל תשובה פין מאנטשעסטער.

 

אויף די גבאים ליסטע איז געווען

1. שלמה ברוק

2. יידי פאללמאן

3. בעריש ב"ר דוד רובין

 

אין אזוי האבן זיך דארטן אלע פעטער'ס אין שוואגער'ס זיך ארום געריסן ארום די כיבודים אין ביזדערווייל איז די צייט געווארן שפעט  אין מ'איז געבליבן ביי גאהרנישט אין דער עולם איז זיך אהיים שפעט אויף דערנאכט.

 

אבער מיט דעם אלעם האט מען שוין יא פארשטאנען ווער וועט באקומען וועלכע כיבוד אין אמט.

 

אלס רב וועט לכאורה ווערן אויף גענומען דער געללער ווייל זיין ברידער איז שוין רב אין זייערע געדינגענע  זעקליטשינער לאקאלע פאליש אין וויליאמסבורג העבער קראלא וואס שיקט זיי צו יעדער תפילה 3-4 בחורים לצירוף מנין אין ממילא אויב ווערט ער רב אין מאנסי וועט שוין זיין ברידער ערלעדיגן אז קראלא זאל שיקן א פאהר בחורים צו מאנסי אויכעט [חוץ פין דער פראטעקציע פין זיין שוואגער [המאומץ] מענדל ציטראנענבוים]

אברהם משה שעיה - וועט זיכער נישט ווערן אויפגענומען ווייל ער איז געבליבן מנהל אין חדר ביי אונז תחת הנהלתינו

אין פנחס יונג זיכער נישט ווייל אפשר ווען ער איז א גר וואלט מען געאמאכט א חתונה אבער אלס א בעל תשובה אין מנהל פין בית יעקב הידועה קען ער רב ביי זיי נישט זיין

 

אין אלס גבאות איז שלמה ברוק זיכער נישט ווייל ער האט דאך בשעתו געקרוינט ר' הערשיל אלס אב"ד אין בעצם גורם געווען צו די איצטיגער צרה

 

אין צווישן פאללמאן אין רובין

איז רובין  א בעסערע אין גרעסערע לוחם ווי פאללמאן אין ממילא וועט ער זיכער ווערן גבאי.

 

 

ואמרו כל העם אמן!!!!

 

 

צווייבאבוב » 11/5/2006 04:07

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

the_mouse » 14/5/2006 09:20

הערליכע שבת אין מאנסי.

אסאך געסט זענען געקומען מיטהאלטן ובתוכם ראש קהילתנו הנגיד המפורסם מקים עולם של תורה הרה"ח ר' אייזיק דייטש ני"ו דער מייסד פין די באבובע שטיבל אין מאנסי.

די בימ"ד ביי מעריב אין שחרית איז געווען געפאקט מיט באבובע יינגעלייט אין ביי שלש סעוקדות איז געווען דזעם פעקט ממש.

די שבת איז ארובער זעהר שיין אין רוהיג אין די עולם האט זעהר הנאה געהאט דארט.


די כת הפורשים [פין מונסי, ירושלים- צפון, וויליאמסבורג] האבן געהאט קוים 25 יינגעלייט פין מונסי מיט נאך אפאהר איידעמער'ס צוזאמען 30 יינגעלייט ווי זיי האבן געדאווענט אין א ישיבה וואס איז דער וואך ארויסגעפארן אויף א שבת אין נעקסטע וואך וועלן זיי מיזן זוכן א צווייטע פלאץ.

אין באבוב האבן געדאווענט ארום די 75-80 באבובע - מאנסי!!!- יינגעלייט וואס מיט די געסט איז געווען איבער די הונדערט באבובע יינגעלייט בליע"הר.




45Street » 14/5/2006 21:37

עס איז געווען א שבת התחזקות אין מאנסי בקרב חסידי באבוב ביי די עליות אין באבוב'ער בית המדרש אין מאנסי איז אריינגעקומען דער אסטראנאמישע סכום פון א פערטל מיליאן דאלער, החסיד הנגיד המפורסם מוה"ר יצחק אייזיק דייטש שליט"א ראש הקהל דבאבוב האט גשנדר'ט ביי זיין עלי'ה הונדערט טויזענט דאלער להחזקת המוסדות, הוד והדר פעלו וצדקתו עומדת לעד! דער חשובע גאסט הרב הגאון פה מפיק מרגליות ר' אברהם קנאבלאך שליט"א האט גערעדט דברי חיזוק והתעוררות ביים "פירות טיש" שבת אחה"צ פאר מנחה. ער האט גערעדט לשבח ולתהלה פון דעם חשוב'ן מרא דאתרא הגה"צ רבי צבי הירש ראבינאוויטש שליט"א, וועלכער האט אויפגעשטעלט די באבובער מוסדות אין מאנסי און פירט במו ידיו ובלי ליאות די קהילת באבוב און מוסדות לשם לתפארת ולתהלה. און האט געזאגט מען זיך שטענדיג האלטן אין די הנהגות טובות וקדושות און אין דעם דרך הסלולה לנו פון רבותינו הקדושים, אנגעפאנגן פון מרן הקדוש מצאנז זי"ע, כ"ק אדמו"ר הראשון זי"ע, כ"ק אדמו"ר הקדושת ציון זי"ע, כ"ק אדמו"ר מהר"ש זי"ע, כ"ק אדמו"ר זי"ע, יבלחט"א כ"ק אדמו"ר שליט"א, ולאורם נסע ונלך עד ביאת גואל בב"א. ודברי פי חכם חן!

רבי_חסידים » 16/5/2006 05:04

$250.000  הכנסות ממכירת העליות?

wow!!!!!!

45Street » 17/5/2006 07:42

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

45Street » 17/5/2006 20:28

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

צווייבאבוב » 5/6/2006 06:27

ליל א' דיו"ט שבועות בביהמ"ד של אנשי רב"צ במאנסי יש רק 7 אברכים אין מ'ווארט נאך  א פערטל שעה אין נאך איינ'ס ביז באין ברירה האבן זיך אלע 7 אויפגעהויבן אין אריבער דאווענען אין סאטמער.