היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » סיגעטע האבן אויסגעפירט: משה פליט פון גבאות

סיגעטע האבן אויסגעפירט: משה פליט פון גבאות

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1908928

געשמאק » 7/5/2006 07:40

פאר גאנצע זיבן יאר האט משה זיך געלעקט צו די סיגעטע.

נאך יארן וואס ער האט זיי דערביטערט די יארן האט ער זיך אנגעפאנגען צו חנפ'ענען צו זיי און זיי מקרב געווען צו די ראדני שוהל. ער האט געוואוסט אז רז"ל פארמאגט נישט קיין איין חסיד אין סאטמאר, און ער וועט זיך נאר בויען דורך די סיגעטע, האט ער דעריבער געארבעט אויף אלע פראנטן זיך איבערצובעטן מיט די שונאים פונעם הייליגן בעל ברך משה זי"ע. פלוצלינג איז די ראדני שוהל פיל געווארן מיט בראווערס, שטויבערס, יאקאבאוויטשעס, וואלדמאנס, וויינשטאקס און די אנדערע מצורעים וועלכע האבן לאנגע יארן גע'רודפ'ט דעם רבי'ן זי"ע הכ"מ, וועמען זיי האבן גערופן מיט'ן שפעט נאמען "דער סיגעטער".

אין די שוואכע יארן פלעגן חסידי רבינו זי"ע זיך עסן דאס געזונט וויאזוי די שונאים שטייען און וואקלען זיך פון לאכן פונעם רבי'ן זי"ע. אבער מען האט נישט געקענט צופיל טאן, נאר ליידן און שווייגן.

משה איז געווען זיכער אז די סיגעטע האבן אים מוחל געווען און ער וועט אלעמאל בלייבן זייער העלד, אבער ווי נאר יענער ביטערער טאג איז אנגעקומען און דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן האט זיך מיטאמאל אנגעפאנגען צו רודערן אינעם לאגער פונעם סיגעטער. די סיגעטע האבן אנגעפאנגען צו בונטעווען אז משה מוז גיין צוזאמען מיט'ן "סיגעטער". נאך אלעמען האבן זיי גע'טענה'ט איז ער פונקט אזא טעראריסט ווי דער סיגעטער איז געווען (עפ"ל). די חברה האבן געסטראשעט אז אויב משה בלייבט גבאי, וועלן זיי נישט קומען צו די טישן פון רז"ל (וואס איז לויט זיי דער ממלא מקום פון דעם מענטש וועמען זיי האבן גערופן "דער סיגעטער").

און בעליוו איט אר נאט, די חברה האבן אויסגעפירט. משה האט די וואך באקומען א מעסעדזש אז זיין גבאות איז פארטיג, און ער זאל גיין צו אלע גוטע רוחות.

שמואל טייטלבוים האט פולשטענדיג איבערגענומען די גבאות פונעם סיגעטער שליט"א.

געשמאק » 7/5/2006 07:43

מדברי קעניג אין חדשות אנש ילדי סיגעט, איבער די פרייליכע נייעס און "פרישנדע ערשיינונג" אז משה איז מער נישט גבאי:

ווען איך בין שוין למעשה יא אנגעקימען צים טיש, האב איך באמערקט א אויף פרישענדע ערשיינונג, ר' שמוא-ל טייטעלבוים האט שוין אפישעלי איבער גענימען דאס גבאות.  און ר' משה גבאי איז געזיצען ביים טיש אויבען אן מיט די שיינע אידען. 

אותו_חלומה » 7/5/2006 08:04

כן יאבדו כל אוביך ד'
בלייבט נאך איבער צו זען ווי אזוי דער זענטער ספארטלער וועט רעאגירן דערצו און האפנטליך וועט ארויסקומען דערפון גוטס פאר סאטמאר
און צו משה גבאי: זאג נאר ווען די ווייסט ווען פאר אכט יאר צוריק אז אזוי גייט זיך אויסשטעלן די פיקטשער וואלסטו ווען נישט ענדערש געקענט באשטיין צו בלייבן אזוי ווי עזריאל גליק ביי רבינו שליט"א ווי איידער אזוי ווי יוסל אשכנזי ביים סיגעטער הא.......... געדענק דיינע אלטע שונאים האבן דיך נאך מער פיינט ווי די שונאים וואס דו האסט באקומען די לעצטע אכט יאר
[בילד – נישט אפגעהיט]NOW IT'S TO LATE

ארענדאר » 7/5/2006 20:51

לאמיר געבן די קרעדיט פאר שור שנגח. ער איז געווען דער ערשטער צו באריכטן איבער די קריגערייען צווישן משה גבאי און די סיגעטע

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1904965

תוקן על ידי - ארענדאר - 07/05/2006 20:59:24

ארגינעלער » 7/5/2006 20:57

ברעקינג נוס

די ביטערע מחלוקה צווישן משה'ן און די סיגעטע האט זיך פארשארפט. די חברה זענען ביטער ברוגז אויף אים. זיי טענה'ן אז דער איד גיט נישט קיין גוטער קאוורעדזש פאר דעם סיגעטער, און איז בעיקר ביזי אראפצורייסן דעם רבי'ן שליט"א. די חברה סטראשענען אז זיי גייען עפענען אן אייגענעם צייטונג צו דעקן דעם סיגעטער, אויב דער איד'ס קאוורעדזש ווערט נישט בעסער.

חברה, ס'קומען ווארימע טעג. מיר סאטמארע חסידים וועלן שטיין אין די זייט און מיטהאלטן מיט פרייד וויאזוי די שיינע מחלוקה'לע אנטוויקלט זיך פאר אונזערע אויגן.

טםקך718 » 7/5/2006 21:13

אויף העברעיש ווערט דעס אנגריפען הם ביניהם והשטן עליהם

ארגינעלער » 8/5/2006 00:00

דער זענטער צדיק איז שוין די וואך אינגאנצן נישט געקומען צום ברודער'ס טיש.

אבער לויט מקורבים האט דאס נישט קיין שייכות מיט די מחלוקת פון די סיגעטע מיט משה גבאי.

די מקורבים זאגן אז ס'איז פשוט געווען א יאנקעלע שפיל (יענקי געים בלע"ז) וואס דער זענטער צדיק האט נישט געוואלט פארפאסן.

ווארהייט » 8/5/2006 21:18

פראדעלע סטראשעט יעצט מיט'ן סיגעטער

ער סטראשעט אז ער גייט נישט באקומען פון די ירושה ווייל ער האט אים ארויסגעשטויסן
דער סיגעטער זאגט אז ער וועט ארויסקאפענען פראדעל'ן מיט זיינע מענטשן.

הקיצור עס ווערט פרייליך ביי די סיגעטער שווענץ
מארגן גייט קומען דער זענטער מיט זיין הייליגע בעיסבאלל שטעקן און אנהייבן שמייסען און ביידע....

פאטאקי08 » 8/5/2006 22:29

אפשר קען איינער אריין סקענען די צוואה פון ליפא ברך משה פון דער איד די וואך

willi_boy » 9/5/2006 01:04

צוואה פון ליפא ברך משה
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 9/5/2006 01:41

איך זע ס'שטייט עפעס דארט

אני מסרתי לו הרשות "הבלעדית"

די ווארט האט רבינו הק' זי"ע זיכער נישט געשריבן!!!

willi_boy » 9/5/2006 01:48

..


[בילד – נישט אפגעהיט]

מנהלרוחני » 9/5/2006 02:13

אינטערעסאנט! אלע זייערע בריוועלעך איז פון תשס"ב.... !!!!!!