וויל איך דא בעטן יעדן איינעם בשום אופן נישט צו ווערן נתפעל פון זיינע ווערטער.
סאטמאר האט נישט געהאט קיין שום זיג אין קאורט די וואך. יענער זוכט צו פארקויפן מיסאינפארמאציע. די זאכן וואס ער פארציילט איז נישט אמת און ער איז אוודאי נישט קיין אהרוני.
פרישע זאלי ספין
מבני_בניו
די זאליס ספינען שוין ווייטער. זעט אויס זיי ווייסן אז זיי האבן די אפעלעט אין טאש, אז זיי
האבן זיך גענומען מאכן מעשיות אויף היידפארק וועגן זשאזשעס, יעדן טאג א נייע מעשה כאילו
סאטמאר זאגט אז זיי האבן שוין געווינען.
ווער אזוי גוט ווי זיי ווייסט אז סאטמאר דארף נאך אבאנטש רחמי שמים אנצוקומען ערגעץ.
קוקט אויס אז זיי רישן זיך צו געווינען, און זיי ווילן קענען זאגן אז סאטמאר האט געזאגט אז
זיי גייען געווינען.
יענקעלע11
איך האב אויך געהערט אז ס'איז צרות אין אפעלעט קארט,
מען דארף גרויס רחמי שמים, די אפעלעט דזשאדזשעס האבן
שוין געפאסט זייער באשלוס, בעיסט אויף פראטעקציע,
דאס הייסט אז דער פסק איז שוין דא, און זיי ארבעטן נאר אויס
דעם טעם פארוואס זיי פסקענען אזוי, און ס'איז נישט גינסטיג פאר אונז,
לאמיר האפן אז ס'איז נאר א רומער, און לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים,
אבער רבותי, מען דארף ערליך מתפלל זיין,
סימןטוב
דזשאָסט פאר די רעקארד: איינע פון די זאלי "ליגעל טיעם" האט זיך לעצטנס א נאמען-געגעבן דא אויף היידפארק "זאלידאון" און שרייבט ווי אן ארוני, וויל איך בלויז אויפמערקזאם מאכן אז ער איז א פּאָלנער זאַלי.
געשמאק
איך האב אויך אזוי געהערט. מען דארף גרויס רחמי שמים.
די זאליס האבן די קאנעקשאנס.
דער מצב איז נישט גוט.
דער אורטייל גייט לכאורה זיין קעגן אונז.
yosefelye
רבותי, זייטס נישט געפאלן, האטס אביסעלע בטחון, רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום, בכלל לויט מיין אינפארמאציע האבן אונזערע ראשי הקהלה פארטיגע פלענער אין פאל מיר פארלירן, אמת עס וועט זיין זייער שווער, אבער נישט אזוי שווער ווי רבינו הקדוש דער בעל דברי יואל זי"ע האט זיך געמוטשעט, ער האט פשוט מצרף געווען פרוטה לפרוטה און בזיעת אפו געבויט די מוסדות הקדושים, יעצט איז אזוי, אויב גייען מיר בעזר השם געווינען, איז דאך גיט, און אויב חלילה וחלילה וועט מעשה שטן מצליח זיין און זייער גנבה וועט געלונגען, בלייבן מיר נאך אלץ מיט רבינו הקדוש שליט"א, וואס איך וואלט קיינמאל נישט געטוישט מיט זייער ביק אפילו זיי געבן אונז אלע בנינים...
1) די ניק זאלידון איז א זאלי וואס זיי ציל איז אז נעקסטע וואך גייט ער מיט זיין זאלי ניק דערקלערן זיג אז די ארוינים האבן אזוי געזאגט און ס'איז נישט געלינגן,
2) ווען די קארט האלט איך קיינער ווייסט נאך נישט וואס זיי וועלן פאסקענען, אבער דאס ווייסט מען יא אז זיי האבן קענעקשנס דארט, יעדע סאטמארע חסיד ווערט געבעטן צו זאגן יעדן טאג תהילים פון יעצט ביז ס'וועט זיין א פסק, אז די בנינים זאלן אוועק גענומען ווערן פון די אנשי בלי יעל... ווי רבינו זי"ע האט זיי א נאמען געגעבן, און אז די קארט זאל זיין די רכטיגע שליח פון הימל עס איבער צו געבן און די הענט פון די געטרייע ראש הקהל ר' בערל שליט"א
מ'דארף נאך אסאך תהילים זאגן אז סאטמאר זאל געווינען
דער אשכול איז נישט געעפנט געווארן קעגן א פריוואטן מענטש. ס'איז געעפנט געווארן כדי צו אויפמערקזאם מאכן מענטשן איבער א וויכטיגן ענין.
תוקן על ידי - ווארהייט - 24/06/2006 2:40:51 תוקן על ידי - כל_העולם - 25/06/2006 10:09:53
212-990-7303
גיט א בליק - די קעפלעך זענען אין ענגליש.. מען דארף זיין בלינד נישט צי זען אז ער האט עפעס א חשבון דא..
maestro down dillen (wstchstr) up
breaking, mastroe down
קלאר א שטיקל, דא זענען די באווייזן:
1. א ניק וואס שרייבט קיינמאל, נאר אזעלעכע פרעדיקשנס.
2. די נייעס איז געשריבן אויף ענגליש.
3. זיין ניק איז אויף ענגליש, קעגן רז"ל.
4. פארוואס עקשנ'ט ער זיך אזוי אויב מ'פרובירט איהם צו אפווענדן? וואס גייט איהם אזוי בנפשו אז מ'זאל איהם גלייבן אויב עס וועט סיי ווי לשיטתו זיין אזוי.