דער פאלגענדער זאץ: "דער דאזיגער סטעיטמענט איז פאלש." איז דאס ריכטיג אדער נישט ?
דער סטעיטמענט "דער סטעימענט איז פאלש (נישט ריכטיג)" קען נישט זיין אמת אבער קען אויך נישט זיין פאלש. אויב איז עס אמת, דעמאלטס איז דאך עס פאלש (ווי דער סטעיטמענט לויטעט), אויב איז עס ליגנט , איז דאך עס יא אמת (איז דאך ווייטער פארקערט ווי דער זאץץ)
סיי וועלכע וועג שטעלט זיך ארויס א סתירה. עס קען אויך נישט זיין אז ס'איז נישט אמת און נישט פאלש ווייל דאס איז אליין איז ווייטער א סתירה.