מיט גרויס ווייטאג זענען מיר מודיע דעם חשוב'ן ציבור, איבער דעם שרעקליכן פארברעכן וואס האט זיך אפגעשפילט לאור ההיידפארק, און אן אומגעוואוטשענער פערזאן האט געהאט די ביטערע חוצפה, און געגזל'ט פון דעם ציבור דעם ניק וואס האט געזאלט זיין א ניק פאר דעם גאנצן קהל, און דער נאמען איז געווען שותפות.
אשר על כן בעטן מיר דעם אנאנימער פארשוין, זאל דאס ביטע רעליסן לרצון חברי הקרעטשמע וחכמיהם, און די זעלבע צייט טוען מיר איהם דא ווארענען אז דאס וועט נישט פארשוויגן ווערן, מיר האבן ביי די לעצטע אסיפה באשלאסן, מיט דעם פולסטן באפולמעכטיגונג פון דעם דאיען דקהלתנו שליט"א, אז די ניק וועט באלד נחסם ווערן, עד שישוב ממחשבתו הרעה, און ער וועט שיקן א תיבה אישית פאר קרעטשמער און ער וועט צוריק געבן די ניק פאר די בעלי בתים הקודמים, כדת וכהלכה, בלי שום שהיות, דאן וועט ער צוריק באקומען רשות כתיבה אין דעם פארום.
קרעטשמער, בן הרחמן, יאנאש, סאכדעס, פענסטער (ז"ל), נאט טו.
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » מודעה ובקשה ואזהרה נחוצה
מודעה ובקשה ואזהרה נחוצה
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1906498
איך האב נישט מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעקומען.
אבער אויב האט מען געגנב'ט איינעמס ניק, קען דאך יענער
באקומען די פעסווארד אין די אימעיל זיינע וואס ער האט אנגעגעבן ?
און גלייך טוישן צו א נייע .
וועלכע ניק באלאנגט דא פארן קהל ?
אבער אויב האט מען געגנב'ט איינעמס ניק, קען דאך יענער
באקומען די פעסווארד אין די אימעיל זיינע וואס ער האט אנגעגעבן ?
און גלייך טוישן צו א נייע .
וועלכע ניק באלאנגט דא פארן קהל ?
משנה ללמך;
מען האט שוין פרובירט דאס צו טאן, אבער יענער האט אויך געטוישט דעם אימעיל אדרעס פארן ניק, פארשטאנת?
די רעדע דא איז פונעם "שותפות" ניק.
מען האט שוין פרובירט דאס צו טאן, אבער יענער האט אויך געטוישט דעם אימעיל אדרעס פארן ניק, פארשטאנת?
די רעדע דא איז פונעם "שותפות" ניק.
עס איז אקוראשט אנגעקומען די פרייליכע בשורה אז דער יעניגער וואס האט גע'גנב'ט פון קהל דעם ניק שותפות האט זיך בארעכנט (א ברירה האט ער געהאט?) און ער האט צוריקגעטוישט די פעסווארד לשביעת רצון חברי הקרעטשמע.
הודו לד' כי טוב כי לעולם חסדו.
עפ"י החלטת הנהלת הקהילה נאכן צוריקבאקומען די אויבערהאנט איבער דעם ניק, ברוך השם פאר דעם
וועל מיר ביזדערווייל טוישן די פעסווארט, ווילאנג מיר באקומען נישט קיין הבטחה פון הנהלת
ההייד פארק אז מער וועט נישט קענען פאסירן אזאנס.
מיר וויל נאכאמאל דערמאנען.
איר באקומט א שיינע קליפ אין אימייל? אל תמנע טוב מקרעטשמע. שיקט עס אריין צו קהלס אקאונט
kratchma@gmail.com
דארט וועט איר קענען געפינען אלע אינטערסאנטע קליפס
פשי הא קרעימער,
איך האב נישט געוואוסט אז מען קען טוישן אימעיל ביי שינוי פרטים. טאקע אן עוולה דדאס.
מען דארף יענעם גוט באבויקער'ן [בבוקר]
איך האב נישט געוואוסט אז מען קען טוישן אימעיל ביי שינוי פרטים. טאקע אן עוולה דדאס.
מען דארף יענעם גוט באבויקער'ן [בבוקר]