היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » איז גוט צו גיין אין שותפות?

איז גוט צו גיין אין שותפות?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1906435

שותפות » 5/5/2006 01:06

א אלטע שאלה איז פאראן אויב ווען איך וויל אריין אין א געשעפט, צי לוינט זיך עס צו טוהן אליינס אדער צו נעמען א שותף דערין.

אוודאי ווען מען האט גענוג געלט און עס וועט צו גארנישט ברענגען אז מען האט נאך איינעם אויפן קאפ איז פשוט אז עס איז נישט כדאי אבער ווען עס פעלט געלט אדער ווען מען ברויך האבן נאך א פאר הענט אין די ביזנעס, לוינט זיך אדער בעסער זאל מען זיך אנשטרענגען?

איך_הער » 5/5/2006 01:19

לויט דיינע תגובות מיט דיר זיכער נישט ( לשם יחוד מקיים צו זיין דעם לא תאחר לשלמו [בילד – נישט אפגעהיט] )

תוקן על ידי - איך_הער - 05/05/2006 1:25:16

הצלה2006 » 5/5/2006 01:20

נאר אויב די האסט ממש נישט קיין ברירה דעמאלץ בלית ברירה נעם א שותף אבער אז די האסט א ברירה נעם נישט א שותף, עס איז דט אזא זאך ווי גוטע שותפים, אבער זייער זייער ווייניג.
האב הצלחה איין זאך דארף מען אייביג געדענקען "אבי מלעבט" http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=16296

קרעמער » 5/5/2006 01:59

איך וועל נאר מחזק זיין די רייד פון איך-הער, אז מיט דיר - אננעמענדיג אז דו ביסט דער וואס האט געטוישט די פאסווערטער פונעם תיבה אישית - לוינט זיך נישט צו גיין אין שותפות, ווייל איין שיינעם טאג וועסטו טוישן די נומער שלאס פונעם געשעפט, און דער שותף דיינער, וועט בלייבן אויסגעשפילט (כמעט אזוי אויסגעשפילט ווי דו וועסט זיך שפירן דא אין קרעטשמע ווען דער עולם וועט כאפן וואס דו האסט דא אפגעטאן).

משנה_למלך » 5/5/2006 07:36

עפעס עפעס הייב איך שוין אן צאמצושטעלן אבער נאכנישט קלאר...
.. שותפות,,, תיבהאישית... אההההמ איך וווייס.

עניוועי ער פרעגט צי איז גוט אז ער זאל נעמען פאר זיך א שותף,
און איר ענטפערט אים אלע אז פארן שותף זיינער איז נישט גוט צו דיעלן מיט אים'ן.

לשון חז"ל: טענו בחיטין והודה לו בשעורין.

ווייסבעסער » 9/5/2006 23:46

גיי איין און א שתפות מיט סאכדעס פליעז