די זאלונים זענן ביזי אגאנצע צייט אז אונז סאטמארע חסידים דאווענען אין א טענט, אזש מ' ריפט רבינו שליט"א טענטער רבי וכדומה.
איז אינטערסאנט אנצוווייזן אז די ערשטע טענט האט געמאכט סיגעטער רבי (פאר ער איז געווארן רבי אין סיגעט), אין קר"י, ווען ער איז געקומען שנארן פאר זיין ישיבה אפאר יאר צוריק, האבן זיי אויפגעשטעלט א טענט אין יחזקאל בראכ'ס לאט ווי עס איז געווען א תיפלה.
איז וואס איז די חסרון אז מ' שטעלט אויף א טענט אויף א פלאץ ווי צענדליגער אדמורים האבן שוין געפירט טיש ווי טאשער רבי, און אויך רביה"ק זי"ע הכ"מ פאר ער איז געווארן סאטמאר רבי (דאס הייסט פאר ער איז אריין אין ראדני), אויך זענן שוין פארגעקומען דארט אסאך אסיפות פאר כבוד שמים, און די פלאץ איז שוין נתקדש געווארן, משא"כ די תיפלה אין מאנרא.
חוץ מזה אפילו מיר וואלטן געהאט ראדני, וואלט מען ווען געדארפט א טענט דעם פארגאנגענעם שבת צוליב דעם גרויסן ציבור בלע"ה.