היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כ"ק אדמו"ר מ'זענטא שליט"א

כ"ק אדמו"ר מ'זענטא שליט"א

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1905375

אשר_זלמן » 4/5/2006 01:18

אין געציילטע מינוטן וועט פארקומען די הכתרה פון כ"ק אדמו"ר מ'זענטא שליט"א בבית מדרשו "ברך
משה ד'זענטא

סימןטוב » 4/5/2006 01:25

היסטאריש בילד! איינע פון די לעצטע בילדער פון כ"ק אדמו"ר רשכבה"ג מזענטא שליט"א פאר'ן אננעמען דאס אדמורו"ת!

אשר_זלמן » 4/5/2006 01:33

מיינסט מסתמא די בילד נאכן suntan מיט די רבישע שאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאטאקי08 » 4/5/2006 01:53

איך זע שוין פאראויס וואס דא גייט זיין

משה גבאי (און לעיזער קעסטענבוים) גייט דראפן זלמן לייב און איבערגעבן אלעס (ליין: געלט) פאר ליפא אלץ נייע רבי
און זלמן לייב וועט קענען צוריק גיין קיין סיגוט בארא פארק
די גאנצע זאך וואס די דריי (משה לעיזר און ליפא) האבן געמאכט זאלי פאר רב איז געווען צו קענען אלעס גנווענען פאר זיי דריי
יעצט אז זאלי מאכט קונצן און דער רבי לעבט שוין נישט וועלן זיי מאכן ליפא פאר די גאנצע יורש און שלום על משה גבאי ועל לעיזר יעצט דארפן זיי שוין נישט צוקומען צו זאלי

ווארטס אויף די נייע צוואה...

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 04/05/2006 2:08:40

מקוה_איד » 4/5/2006 01:56

ער האט עפעס אנהענגערס, אויסער זיינע קינדער? ווער זענען זיי? ווי איך פארשטיי גייט עס זיין לכאורה די גבאים פונעם רבי'ן זצ"ל, וואס האבן נישט ליב דעם רבי'ן און קענען אויך זיך נישט אונטערווארפן אונטער ר' זלמן לייב, למשל, יעקב שמשון גאלד, משה פרידמאן, מעכל וויינגארטן, לייבי פרידמאן, אליעזר קעסטנבוים, וכדומה... 

ער גייט עפענען א ביהמ"ד? 550 בעדפארד איז דאך ר' זלמן לייב'ס, אדער ווי עס גייען ארום שמועות (נישט קראנט) אז זיי פלאנען צו ארויסווארפן ר' זלמן לייב פון 550 בעדפארד.

אשר_זלמן » 4/5/2006 02:00

בנו הרב הצדיק ר' פייוויש שליט"א וועט מען בקרוב אויפנעמען פאר "רב הצעיר ד'זענטא שליט"א " תוקן על ידי - אשר_זלמן - 04/05/2006 2:02:17

אשר_זלמן » 4/5/2006 02:11

בקרוב וועלן ארויסקומען די טעיפס ווי רבינו שליט"א מ'זענטא און בנו הגדול רב הצעיר ד'זענטא שרייען אויף רבינו שליט"א אין שפיטאל אין פארנט פון רבינו זי"ע

הבדלה_מנין » 4/5/2006 02:11

יעצט הער איך אז משה גבאי איז דורכגעקומען מיט הרב ליפא.
די פשרה איז אז הרב ליפא געט אויף זיין בית המדרש בבית רבינו 550 בעדפארד צו זיין יונגערע ברידער און ער באקריגט פאר דעם 5 צאנז קאורט אין קרית יואל

אשר_זלמן » 4/5/2006 02:16

מנין של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בכל יום 7:30 שחרית בבית מדרשו "קהל ברך משה ד'זענטא" בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א

פאטאקי08 » 4/5/2006 02:19

7:30

PM אדער AM ?

חיים_יושע » 4/5/2006 02:21

אוי אוי! מ'האלט שוין דא ווער האט זיך דאס געגלייבט?!

Mench » 4/5/2006 02:41

what's going on now in front of 550 Bedford
????????

אשר_זלמן » 4/5/2006 03:01

יעדער געדענקט דאך די מופת פון רבין שלט"א, צוויי חדשים נאכדעם וואס די יונגערמאן האט געכאפט די שטויס פון רבינו שליט"א אין ראדני האט ער געהאט א צווילינג!

Mench » 4/5/2006 03:21

was joe steinbrenner invited to the coronation ceremonies

מענדלטב » 4/5/2006 03:51

לויט ווי איך הער איז די סיבה פארוואס מען האט נאכנישט אויפגענומען דעם אנטווערפענער פאר רב הקרי וויל עי"ג איז נישט געווען עוועליבעל!

זשוליאני08 » 4/5/2006 05:59

דער סיגוטער האט שוין געלאזט מעלדן אז אויב דער זענטער לאדענט איין הרב יוסף שטיינברענער צו זיין הכתרה, וועט ער שטערן די הכתרה און די זענטע קהילה וועט בלייבן כצאן בלי רועה, (אין אידיש: ווי א דארף אן א הינט...)

פאר די וואס ווייסן נישט: הרב יוסף שטיינברענער איז דער ראש פון די "בני יעקב" אין די בראנקס... וואס דער זענטער איז שוין יארן לאנג דבוק מקושר מיט די חבורה.

ווידעראום דער סיגטער איז פון קינדווייז אן געווען מקושר צו די "בני מטות"!

פילע מיטליעריגע אידן וועלכע האבן געלערנט (?...) מיט די צוויי אחים הקדושים אין די ישיבה, געדענקן נאך די לעבהאפטע וויכוחים וואס דער זענטער און דער סיגעטער האבן געפירט איבער דעם ענין.

דער זענטער האט אפילו אמאל פאר'מסר'ט דעם סיגוטער פאר'ן טאטן זי"ע אז דער סיגוטער האט באהאלטן אונטערן קישן א קליינע ראדיא אויסצוהערן די פארברענגען פון זיין חבורה, לויט ווי מען געדענקט איז דאס געווען נאכדעם וואס דער זענטער האט באשולדיגט דעם סיגוטער אז ער האט צוגע'גנב'ט זיין ראדיא.

זייער טאטע זי"ע האט גוט געקענט זיינע תכשיטים און ביידע האבן געכאפט שלעק דעמאלט...

מענדלטב » 4/5/2006 06:04

פונעם מנהל: אז דו ווילסט זיך אויפפירן ווי א קינד, פיר זיך כאטש אויף ווי א גרויס קינד.

קען זיין אז דו האסט דאס נאכנישט באמערקט, אבער ניבול פה ווערט בשום אופן נישט טאלערירט אויף כל העולם כולו.

תוקן על ידי - כל_העולם - 05/05/2006 3:42:49

rotzer » 4/5/2006 07:00

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

rotzer » 5/5/2006 03:34




מיר וועלען פראבירען נאך איינע מאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

אשר_זלמן » 7/5/2006 05:55

א גוטע וואך ווי ס'הייסט יעצט וועט "קהל ברך משה ד'זענטא" בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מ'זענטא שליט"א זיך אריבער ציען צו בנין עסטרייכער אוף ווייט עוויניא, ווי די רבי שליט"א וועט אנגיין מיט די עבודת הקודש.

majyar718 » 7/5/2006 08:00

הייסט דאס איז די נקמה אינעם ראב"ד התאחדות הרבנים פריימאנער רב שליט"א פארן מספיד זיין אין קרית יואל?