היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » היינט גייט מכת מייק..

היינט גייט מכת מייק..

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1905280

קרעמער » 3/5/2006 23:41

פרעגט מיר נישט פארוואס פארווען אדער פארוואו, אבער די משוגעת האט זיך אריינגעכאפט ביים עולם טרונקער, און איינער נאכן צווייטן גייט מען אריין אין די עלעקטראנישע געשעפטן וואו פאר א קליינע אפצאל קען מען זיך איינהאנדלן אזא סארט "מייק" וואס דורכדעם קען מען רעדן פון איין עק וועלט צום צווייטן פאר אומזינסט, דורך גוגעל טאלק, יאהו מעסענדזשער, אדער עם.עס.ען.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א האלב יאר צוריק, ווען איך האב זיך איינגעהאנדעלט א נייע קאמפיוטער, וואס איז געקומען מיט אן אריינגעבויעטן מייק סיסטעם, אז איך רעד און דו הערסט, פשוטו כמשמעו, אן קיין ספעציעלע אינסטרומענטן. אזוי האב איך אנגעהויבן רעדן מיטן עולם שעות ארוכות, איך האב גערעדט מיטן קעניג (מר. דזשובוי), מיט נתן101 (איינער געדענקט אים נאך?), און שפעטער האט זיך אנגעהויבן א סעריע געשפרעכן מיטן דיין התאחדות, וועלכער האט געשיקט זיין אונטערשמש סאכדעס זאל אים איינהאנדלן די ספעציעלע ווייערל מיט וואס ער וועט זיך קענען פארשטענדיגן צו אלע דיינים און שאלה פרעגער איבער די וועלט.

אבער יעצט - ממש לעצטנס - האט די עפידעמיע באטראפן א שיין חלק פונעם עולם דא, צוביסלעך קומען אריין ביפס דא און דארט, פארברענגן וויל פארברענגן, יאנאש וויל שטופן די צייט, און אפילו דער דריי מאל גארנישט האט זיך געלאזט וואוילגיין און איינגעקויפט דעם מייק, וואס וועט אים ערמעגליכן צו רעדן מיט די מיליאן און צוויי הונדערט טויזענט גוגעל קאנטאקטן וואס ער האט זיך שוין פארשאפט זינט זיין אדרעס איז ארויפגעשווימען אין איינע פון די קרעטשמע אשכולות.

לאמיר הערן וואס דער עולם האט צו זאגען דערויף... און טאקע "זאגען"! רופט אריין און לאמיר הערן.

בןהרחמן » 3/5/2006 23:51

קען מען נוצען סתם א מייק וואס מען נוצט ביי טעיפרעקארדערס און איינפלאגן ביי די מייק דזשעק אויפן קאמפיוטער, אדער מען דארף א ספעציעלע מייק?

קרעמער » 3/5/2006 23:53

בחנוני נא בזאת, פרוביר דאס אויס.

קרעמער » 3/5/2006 23:56

יעצט קומט אריין די ידיעה אז דער אומפארנומענער איז אויך ארויסגאנגען אינמיטן זיין אומפארנעמענע ארבעט און זיך איינגעהאנדלט א מייק צו קענען שפרעכן מיטן עולם.

דאכט זיך מיר אז אויך סושי האט אזא סארט אינסטרומענט, איך וועל אים אי"ה באלד אריינרופן צו מאכן זיכער.
[בילד – נישט אפגעהיט]

בןהרחמן » 4/5/2006 00:04

די מייק
דאס האב איך דאך פון אלע דרשות וואס איך זאג (נישט) כסדר, דאס קען מען אויך נוצען?

קרעמער » 4/5/2006 01:35

פלוצלינג געט א קלונג ביי מיר אין אפיס, וואס איז? שנאפסעלע וויל מודיע זיין אז ער האט אויך א מייק!

רבותי, ס'יאנטעף אינדערוואכן... איך גיי יעצט קויפן אויערן שטאפערס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יגרסהדותא » 10/5/2006 16:34

ס'איז זייער שווער צו רעדן אויפן מייק ווען מ'איז אין אפיס מיט נאך מענטשן. די איינציגע מעלה וואס ס'האט, אז קיינער ווייסט נישט דעם אנדערן'ס טעל. נומבער.