לכבוד דעם חשוב'ן דיין וועל איך דא מעתיק זיין א דרשה וואס איך האב געהאלטן אין א דערנעבנדיגן פורום מיט א האלב יאר צוריק, ווען יענע פורום האט גע'רעש'ט און גערודערט מיט פאליטיק (ברוך השם אז היינט ציילט זיך עס צווישן די אבסאלוט נארמאלע פורומים אויף היידפארק, וואו מען גרייפט נישט אן קיין אידן ח"ו)
בעזהשי"ת, א' מרחשון, ה' נח, תשס"ו לפ"ק, פה חדשות אנ"ש היידפארק יצ"ו
שלום וברכה לכל הגולשים היקרים, כל אחד בשמו הטוב יבורך וישתבח
אחרי דרך מבוא השלום. דא ווענדט זיך צי אייך א פשוט'ער איד, א פארק זיצער גלייך מיט אייך אלע, א איד וואס ליינט און שרייבט גאנץ אפט אויף "חדשות אנ"ש", א פארום וואס קען מיט רעכט אנגערופן ווערן: די היימישע נייעס-סטאנציע פון אלע סארט נייעס וואס זענען נוגע אונזערע (אידיש רעדנדע) קרייזן בכל מקומות מושבותיהם!
פונקט ווי א שיין פראצענט פון אייך, קען איך מעיד זיין אויף מיר אליין: איך באזוך דא אין פארום א שיינע פאר מאל א טאג, דרוק אראפ אויף כמעט יעדן אשכול, און ווען דער גרינער לעמפל שיינט און ווייזט אז עס איז דא עפעס פריש... האלט איך זיך נישט צוריק פון אראפדרוקן דערויף, טראצדעם וואס עס זענען נאכנישט פארביי געלאפן קיין גאנצע זעכציג סעקונדן פון ווען איך געענדיגט דורכליינען דעם גאנצן אשכול...
טאמער מיינט איר אז אונזער פארום ווערט געליינט נאר דורך מינדעריעריגע, בחורים און שנה ראשונה אינגעלייט וואס דער ארטיקל פון "צייט" איז ביי זיי א שפילעכל, און זיי ברויכן נישט אהיימקומען אראפלייגן ברויט אויפן טיש יעדן טאג; לעבט איר אין א דמיון! איר פאנטאזירט! ווייל: דער פארום ווערט אויך געליינט דורך מיטליעריגע אידן, אידן וואס פירן אן ריזיגע פארצווייגטע געשעפטן, ערנסטע אידן וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט א גאנצן טאג נעמען זיך די מיה אדורכצוליינען די "גאר וויכטיגע" תגובות וואס מיר לייגן דא ארויף טאג טעגליך!
דער פארום איז באזירט אויף פארשידענע טעמעס. מען באהאנדעלט דא וועלטליכע נייעסן וואס קענען ווירקן אויף אידן לטובה אדער ח"ו פארקערט, נאציאנאלע נייעס וואס פאראינטערסירן דעם אידישן געמיינדע, לאקאלע נאטיצן וואס זענען וויכטיג צו וויסן, און סתם ענינים וואס דרייען זיך ארום אויף דעם גרויסן וועלט-ברייטן-געוועבעכץ וואס רופט זיך "אינטערנעט": דברים של מה בכך!
אין דעם פארום זענען איינגעשריבן פילצאליגע מעמבער'ס וואס האבן רעכט צו שרייבן. טייל מעמבער'ס באהאלטן זיך אונטער מערערע ניקס, טייל ניקס דינען פאר מערערע מענטשן. טייל פון די שרייבער האבן א באשטימטע זאך אין וואס זיי זענען עוסק (צום ביישפיל: שטאטישע וואלן, פייערס, עקסידענטס און איבערפאלן וואס קומען פאר אין אונזערע גלילות, וכדומה), אנדערע פרובירן אריינווארפן א דבר תורה, איבערשמועסן אן אקטועלע ענין וואס איז נוגע פאר א יום טוב, והדומה לדומה. דער עולם ליינט מיט פארגעניגן, און איז מגיב דארט וואו מען שפירט אז מען האט וואס מוסיף צו זיין. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:namespace prefix = o />
* *
ווען גאנץ חדשות אנ"ש וואלט באשטאנען פון די סארט נייעס און שמועסערייען, וואלט דאך אלעס גוט געווען! אידן וואלטן געלעבט רואיגער און צופרידענער, עס וואלט געווען ווייניגער מחלוקת און שנאת חנם ביי כלל ישראל, און מענטשן וואלטן זיך באנומען העפליכער איינער צום צווייטן, הכלל: עס וואלט געווען משיח'ס צייטן!
אבער דער שטן קען דאך דאס נישט צוקוקען, ווייל וויאזוי קען ער פארדייען אז אידעלעך לעבן באהבה אחוה שלום ורעות אן זיך ארומקריגן און רייסן ביי די קעפ? ויבוא גם השטן! ער האט זיך אן עצה געגעבן!
צייט און געלט האט ער דאך גענוג, ער איז דאך באשאפן געווארן מיט דעם ציהל אנצודרייען און אנווערטשאפן פראבלעמען און קריגערייען, האט ער זיך גענומען צו דער עבודה! ער האט אנגעדרייט עטליכע מחלוקת ביי אידן, אין יעדן קרייז איין צוויי מחלוקה'לעך, אזוי ארום צו מאכן זיכער אז "קיינער" לעבט נישט בשלום מיט זיין שכן... און "יעדער" קריגט זיך...
נו, אז מען קריגט זיך, קריגט מען זיך אין גאס, קריגט מען זיך אינדערהיים, און מען קריגט זיך אין בית המדרש. אבער דאס איז דאך נישט גענוג פארן שטן, ער איז נישט קיין מסתפק במועט... האט ער זיך געעפענט צענדליגער ניקס אויף היידפארק, וואס מיט די ניקס העצט ער אן הונדערטער טויזענטער אידן בכל קצוי תבל, און הייצט אן דעם פייער פון מחלוקת וואס ברענט און ברענט און מענטשן פאלן ווי די פליגן!!!
געוואלד אידן!!!
האבן מיר דען נישט בעסער וואס צו טאן, נאר זיצן און ליינען ווי פלוני שרייבט אויף אלמוני און אלמוני שיסט צוריק, זעהן ווי איינער שטעכט אריין דעם צווייטן מיט א מעסער נאר צוריקצובאקומען א שטעך מיט א שווערד??
ווי נידריג זענען מיר שוין געפאלן, אז עס איז א "נארמאלע" ערשיינונג אז מען קומט ארויף אין א העלן פרימארגן אויפן פארום און מען זעהט: דער געוויסער מענטש (און געווענליך שטייט א נאמען, וואס ברוב חסדי ה' האבן נאך די מנהלים אזויפיל אחריות אויסצומעקן נעמען פון מענטשן) האט דאס און דאס געטאן... מען פארשעמט יענעם, מען טוהט אים אויס נאקעט אין גאס, און אלעס פאר דעם איינעם חטא: זיין גורל איז אויסגעפאלן איינצושטיין אויף דעם אנדערן זייט פון ווי איך באלאנג!
טאמער מיינט איר אז עס ענדיגט זיך ביי דעם, עס בלייבט דא און רירט זיך נישט אוועק פון דעם אשכול אויף היידפארק... לעבט איר ווייטער אין אן אילוזיע. יעדע שטיקל נייעס – אמת און שקר צוגלייך – ווערט איבערגעקייט און איבערגעדראשן פון מויל צו אויער, פון מאן צו ווייב, פון שניר צו שוויגער, און פון מחותן צום זיידן אין אלטעס-היים, און... עולם-גולם קויפט אפ פאר גוט געלט אלעס וואס מיר פארקויפן דא!
ליגט דאך אויף אונז א געוואלדיגע אחריות, יעדער ברויך זייער אכט געבן וואס ער שרייבט און אויף וואספארא אופן ער ברענגט ארויס זיינע געדאנקן. בשעת'ן שרייבן זאל יעדער קלערן ביי זיך אויב ער איז גרייט צו נעמען אחריות אויף זיינע רייד, און אויף די רעזולטאטן וואס דאס וועט ברענגן צו גוטן אדער ח"ו צו בייזן.
לאמיר צוקומען צום פונקט:
איך רעד זיך נישט איין אז מיינע פאר שורות וועלן אויפטאן מער ווי די אלע דרשות וואס רבנים, דרשנים, מוכיחים, און ציווילע מענטשן שרייען און וויינען שוין זינט די סארט פלעצער האבן זיך געגרינדעט האט רחמנות אויף אייערע ווייב און קינדער, אויב נישט אויף זיך אליין זייט נישט מרבה מחלוקות בישראל!!!
אויך וויל איך זיך קלאר מאכן דא: מיינע ווערטער זענען בכלל נישט געצילט צו די יעניגע פארשוינען וואס ווערן באצאלט פון דעם אדער פון יענעם ארויסצוברענגן די גערעכטיגקייט פון זייער פארטיי און די אומרעכט פון די צד שכנגד ווייל איינער וואס זיין ציהל אין לעבן און זיין טאג'ס באשעפטיגונג באשטייט פון אנצינדן מחלוקת-פייערן און פארברענען מענטשן לעבעדיגערהייט; דער איז טויב און שטום און וועט קיינמאל נישט דערהערן אזעלכע ווערטער וואס ווערן ארויסגעזאגט מיט א קלארע שטומע אן קיין פערזענליכע אינטערעסן!!! זיי וועלן דא פארבלייבן און שרייבן דאס וואס דער שטן און זיינע שליחים באגערן ביז ווילאנג עס וועט נאך זיין איינער וואס וועט זיי אויסהערן און זיך וויסנדיג מאכן פון זייערע גיפטיגע רייד!!
נאר וואס דען?
איך רעד דא צו מענטשן / שרייבער אזוי ווי מיר, אנשים כערכי. זיי זיצן טאקע דא אויפן פארק, ליינען זיך אן מיט כל-ערליי פאליטיק און קריגערייען, אבער... וואלטן זיך מער געפריידט ווען זיי קענען ליינען אנדערע טעמעס, פאזיטיווע נייעס, און זייטיגע נאטיצן. זאכען וואס בארירן נישט קיין פריוואטע יחידים און באדערן נישט קיינעמ'ס געפילן.
עס איז נישט קיין סוד אז מיר זענען "די שטילע מאיאריטעט"! ווייל מען קען אפציילן אויף די פינגער די נעמען פון שרייבער וואס גלייכן אויסצומישן די האקעלע טעפ, זיי ווערן ממש בטל ברוב (אויב נישט בששים) צווישן די אנדערע נייטראלע גולשים און שרייבער וואס ליינען אפשר איבער אלע אשכולות, אבער באדן זיך נישט אין זייערע שמוץ, און רעדן נישט אריין דערין, פינטל.
מיין רוף גייט ארויס צו אט די יעניגע גולשים (און איך רעד אויך צו די אלע פארשלאפענע ניקס וואס צוליב איין סיבה אדער אן אנדערע שפירן זיי געווענליך נישט די נויט צו שרייבן דא): הייבט אויף אייער שטימע, זאגט ארויס אייער מחאה אויף דאס וואס גייט פאר דא אין פארק! זיצט נישט אין די זייט מיט פארלייגטע הענט, ווייל דאס מאכט זיי טראכטן אז מיר האבן שטארק הנאה און פאסמאקעווען זיך מיט זייערע ווילדע העצערישע קריגערייען, און דאס געט זיי א געוואלדיגע חיזוק און שטארקע סיפוק ווייטער אנצוגיין מיט זייערע מעשה שטן!!
לאמיר איינמאל פאר אלעמאל אויסשרייען פאר די מחלוקת פארשפרייטער דא: מיר איגנארירן אייך!!!
אויב מיר וועלן ארויסקומען מיט א פאראייניגטן כח, מיט א מעכטיגע ווידערשטאנד אקעגן די יעניגע בעלי מחלוקת, וועט זיי פארגיין די אפעטיט פון שרייבן זייערע העסליכע תגובות דא!!!
* *
פארשטייט מיר גוט. איך בין נישט קיין מלאך וואס איז העכער פון די סארט טעמעס, איך האב אפילו אפטמאל א צד אין געוויסע מיינונגס-פארשידנהייטן (עס קען אפילו זיין אז עס מערקט זיך אמאל אן צווישן די שורות פון מיינע תגובות, און איך בין טאקע מגלה דעת אז מיין כוונה איז נישט וויי צו טאן קיין שום אידיש קינד ח"ו, און איך נעם זיך פאר אכט צו געבן מהיום והלאה אויף ווי ווייט מעגליך נישט אריינצורעדן קיין ווארט אין די אלע מחלוקה אשכולות וואס מערן זיך ליידער ווי שוואמלעך נאך א רעגן), אבער ב"ה, געלויבט השי"ת וואס האט מיר חונן דעת געווען נישט צו זיין אריינגעמישט און "בתוך הדברים", און אלס אזא איינער קען איך רעדן ווי א כמו-דרויסנדיגער וואס בעט זיך צו אלע אומפארטייאישע, נייטראלע, ציווילע, רעכטדענקענדע גולשים: שרייבט אייך דא איין אין דעם "מאסן איגנארירונג" אשכול וואס וועט האפענטליך שיקן א ווייטגרייכנדן מעסעדזש פאר די פאן טרעגער פון אלע מחלוקת ביי כלל ישראל, אז: מיר זענען אפשר נישט אין קיין פאזיציע שלום צו מאכן אויף דער וועלט, אבער דערפאר ברויכן מיר נישט שטיין גלייכגילטיג און זיך צוקוקען ווי די מלחמה גייט אן מיטן פולן ברען און מענטשן פאלן ווי די פליגן, על כן וועלן מיר נוצן די איינציגע וואפן וואס איז אין אונזער באזיץ – אונזער פעדער – און ארויסברענגן אונזער אפשיי פון אייך!
והעושה שלום במרומיו, יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן!
קבל את האמת ממי שאמרו
זעירא דמן חבריא
בענעדיקט16
תוקן על ידי - בענעדיקט16 - 03/05/2006 1:49:26