היינט ביים לערנענן איז מיר בייגעפאלן די קשיא,
האבן די אידן אין מדבר מקיים געווען די מצוות פין ולקחתם לכם?? אין געשאקעלט לולוב
איך האב נאך אין ערגעץ נישט געזען אז יא
אויב יא. פין ווי האבן זיי געהאט די ד' מינים??
אויב נישט, איז עס געווען א הוראת שעה אז די מצווה איז מען נישט מחיוב?
אדער ווי באלד מען האט נישט גע'קענט צי קימען דערצי איז מען געווען פטור???
קען זיין אז פאר אייך איז עס פשוט,
אבער פאר מיר אין מיין חבר נישט, ביטע איינער וואס ווייסט א מקור, אדער א מדרש זאל מודיע זיין
אין ספה"ק זרע קודש, שטייט אז אידן האבן געשאקלט די ד' מינים אינעם ים סוף. ער טייטשט דערמיט "אשירה לד'" מלשון פירות "הנושרים" וכו'. דאכט זיך מיר אין פ' בשלח.
דער רבי זאל זיין געזונט האט עס גענוצט אפאר מאל בתוך דרושותיו הלהובים.
די גמרא זאגט דאך אין יומא אז מען האט געקויפט זאכן פון די ארומיגע גוים. קען זיין אז ד' מינים האט מען אויך אזוי געקויפט*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
שטייט אז די תגרים זיינען געקומען צו'ם אידען אין מדבר פארקויפען זאכען. איך מיין אז רש"י ביי
די מן ברענגט עס אראפ.
למעשה וואלט ווען געדארפט זיין עפעס א גמרא וואס זאל רעדן פין די אתרוגים אין משכן
{די עיקר מצווה פין ד' מינים איז אין בית המקדש}
איז דא אזא גמרא??
אויב נישט איז טייטש אז אין משכן האט מען עס נישט גענימען??
אויב נישט פארוואס??
העטעך,
אין מדרש וויס איך נישט אבער אין סוף ספר שלחן ערוך הרב הוצאת קהת ווי עס ווערט געברענגט מנהגים שטייט דאס אלס קבלה בידינו