היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אפענער רוף צו shamos אא"וו

אפענער רוף צו shamos אא"וו

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1904183

כל_העולם » 3/5/2006 00:10

אפענער רוף צו אלע ניק'ס וואס ברענגען נייעס.

מיר האבן קיין פראבלעם מיט נייעס, מיר האבן אויך קיין פראבלעם מיט "וואס איז נייעס", איר קענט רואיג ברענגען נייעס און געבן לינק'ס פון דארטן.

אבער אויפן פארלאנג פון זייער פיל ליינער און שרייבער, מוזן מיר פארלאנגען אז ווען מען ברענגט א נייעס וואס קומט פון ערגעץ אנדערש (פון צייטונגען אד"ג) זאל מען ברענגען דעם גאנצן ארטיקל, אדער לפחות א לינק צו דעם אריגינעלן ארטיקל.

מיר האפן אז איר וועט עס אננעמען מיט פארשטענדעניש.

א דאנק.

מאירקע » 3/5/2006 01:33

יישר כח כל העולם פארן קעיר נעמען

אבי_געזונט » 3/5/2006 01:48

כל העולם איך עגרי 100% מיט דיר.[בילד – נישט אפגעהיט]

faird » 5/5/2006 04:12

שאמעס, ס'איז שרעקליך אומפראפעשאנעל צו ברענגען נייעס אן א סאורס פון וואו די נייעס קומט.

איך בין שוין מוחל דיין שלעכטע ענגליש, אבער געוואלד, פרובירט כאטש צו זיין די מינימעל פראפעשאנעל, שרייב פון וואו די נייעס קומט.

בא_ללמד » 5/5/2006 06:51

אזהרה שניה.

ביטע ברענגען געהעריגע לינקס פאר יעדע נייעס.

Shamos » 5/5/2006 16:05

because of technical reasons, there was a problem putting up the links on our site, but its fixed now, so we will try to have more links to the source of the news, except if we are reporting that first before it hits the news, like last night accident and ejection over the williamsburg bridge.

ברענגנייעס » 5/5/2006 17:26

מפרסם זיין וועלכע נאמען ס'זאל נאר זיין איז שטרענג פארבאטן.

די וואס טוען עס וועלן נחסם ווערן.

תוקן על ידי - כל_העולם - 08/05/2006 21:58:22

בא_ללמד » 8/5/2006 21:13

אזהרה שלישית ואחרונה ווען מען ברענגט א נייעס וואס קומט פון א צייטונג, מוז מען ברענגען א לינק, עס איז נישט גענוג אויב ערגעץ אנדערש איז דא א לינק. געדענקט מיר האבן אייך געווארנט !

אבי_געזונט » 8/5/2006 23:09

שאמעס, דיין תירוץ פון "טעכנישע סיבות" פאר נישט אריינלייגן לינקס קויפען מיר נישט!
עס איז פונקט אזא "טעכנישע קונץ" צו קאפיען-פעיסטן, און צומאל ארומפאטשקען מיט די נייעסן ווי צו קאפיען-פעיסטען א לינק!, אגב, צו דיין בעיבישע בלאג קענסטו יא אלץ לינקען?! 
שאמאס, סטאפ מיט דיינע נערווירנדע קינדישע געבלאגעכץ אויף היידפארק!, אדער לייגסטו פולע געהעריגע לינקס און גאנצע נייעסן, אדער האלט די גרעפצן ביי דיר! קיינער איז נישט נייגעריג צו הערן דיינע בויך קרעמפן, ושלום על ישראל.

נ.ב. איך וויל דא קלאר מאכן, אז די לינקס זאל ער ארויפלייגן דוקא דא אויף היידפארק צוזאמען מיט די נייעסן, קיינער האט נישט קיין נערוון - און צייט - ארוםצוקריכען צו אנדערע סייטס צו זוכען לינקס, ער קען דארט אין זיין סטופיד בלאג פירקלען וואס ער וויל, עס אינטערעסירט נישט די היידפארק ליינער. 
תוקן על ידי - אבי_געזונט - 08/05/2006 23:15:52