צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשע...
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1904098
צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א
[לתועלת הענין ווערן צוזאמגעשמאלצן ביידע אשכולות].
סימןטוב:
די "הייליגע צוואה" פון דעם רבן של ישראל, דער חכם עדיף מנביא, כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מחמד עינינו, הגאון הקדוש בעל ברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וואס ער האט איבערגעגעבן פאר ידיד נפשו עוז, האי חסיד, האי צדיק, האי עניו, הגאון הצדיק המפורסם בן של צדיקים וקדושים רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער.
---------------------
"מורי ורבותי, איך קען ענק נישט זאגן ווי שווער עס איז, ס'איז ממש אָן א כוחות די קומענדיגע ווערטער. ס'איז דא א פּסוק "נפשי יצאה בדברו", ס'איז נישט קיין מליצה און ס'איז נישט קיין גוזמא, נאר ס'איז א זאך וואס איז נישט בידי, איך בין א שליח קודש פון אונזער רבי'ן זכרונו לברכה. א שליח קודש פון קרוב צו צען יאר, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן וואס כוחות דאס האט געקאסט וואס מ'קען נישט ארויסזאגן, דער רבי האט אנגעזאגט אז מען זאל עס נישט ארויסזאגן ביז לאחר אריכת ימיו ושנותיו.
איך וועל זייער אכטונג געבן צו זאגן די זאך ווי מילדער ס'קען זיין. הלואי וואָלט עס נישט אויסגעפעלט צו זאגן. איך מוז אויך זאגן, אפשר איז עס נישט אויסגעהאלטן אזוי צו זאגן, הלואי וואלט איך נישט געווען דער שליח, אבער ס'איז א זאך וואס איך בין נישט בכח געווען אפצוזאגן. איך גיי ענק איבערגעבן ווערטער וואס דער רבי זכרונו לברכה האט מיר געבעטן איבערצוגעבן.
איך שטיי דא אין א מקום קדוש, מ'לעבט דאך היינט אין א עולם השקר, מוז מען ליידער מאכן די הקדמה, איך בעט אז יעדער איינער זאל פארשטיין אז אונז זעמיר נישט קיין אידן וואס מען טרויעט זיך קעגן רבי'ן ז"ל - דהתם קאימנא - און אין אזא מקום קדוש, אזא קודש קדשים, צו זאגן א גוזמא פון אן אויסדרוק, נאר ווארט ביי ווארט אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט. נאר איך וועל עס פרובירן צו זאגן ווי מילדער, דאס הייסט תנא ושייר, פרובירן אפאר ווערטער אויסצולאזן, ס'זאל נישט זיין אזוי שארף ווי דער רבי האט מיר אליינס געזאגט.
איך בין געווען אין שטוב לאדענען צו די חתונה פון איינע פון מיינע קינדער, ביים ארויסגיין האט דער רבי געזאגט "קום אריבער שטילערהייט". כ'האב געמיינט אפשר וויל זיך דער רבי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות החתונה, ווייל ביים פריערדיגן קינד איז טאקע אזוי געווען. אפשר האט ער נישט געוואלט יעצט בפני [כל הקהל], ס'איז געווען א ציבור וואס איז מיטגעקומען, מיין טאטע זאל זיין געזונט, מיין שווער, מיין מחותן דער ספינקער רבי זאל זיין געזונט, און זיין שווער, ס'איז געווען א גאנצע... האב איך אזוי געטראכט, אפשר וויל עס דער רבי בדרך כבוד.
איך בין אפאר טאג שפעטער ארויפגעקומען צום רבי'ן.
- - - - - - - -
האט דער רבי געזאגט אזוי:
"טו א קוק".
ס'איז געווען א חתם סופר אויפ'ן טיש, א דרשות חתם סופר - - - האט דער רבי געזאגט, "טו א קוק", ער האט אויפגעהויבן דעם חתם סופר און ער האט עס מיר געהייסן האלטן. דאס רופט זיך א נקיטת חפץ. האט דער רבי געזאגט אזוי "הייב עס אויף, השמר והזהר ביז אחר אריכת ימים ושני, נישט פאר מיינע, נישט פאר דיינע דערציילן."
איך האב מיר אויפגעשריבן, איך זאג דעם אמת דאס איז מיין כתב, דער רבי האט נישט געשריבן, איך האב נאר אויפגעשריבן, איך וויל עס געדענקען, איך וועל אויסלאזן אפאר ווערטער אזויווי איך האב פריער געזאגט, ווייל איך קען נישט זאגן אזוי שארף, אבער וואס איך זאג איז יעדעס ווארט, יעדעס אות לשון קדשו, איך בין מקיים חייב אדם לומר בלשון רבו.
[דא בעט אים איינער פון די ראשי הקהלה ער זאל נישט אויסלאזן,
נישט אויסלאזן? וועמיר זען, מען דארף האבן כח צו זאגן יעדעס ווארט].
- - - - - - -
"איך בין ארומגערינגעלט", איך לאז דערווייל אויס אפאר ווערטער, "איך קאן עס נישט באגרייפן וואס ווילן זיי פון מיין רבי אהרן, זיי וואלטן אים איינגעשלונגען, זיי ווילן נישט ער זאל זיין, און איך וויל נאר אזוי."
האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וועם מיינט דער רבי, להוי ידוע דאס איז שוין אסאך יארן צוריק, און איך האב נישט געוואוסט וואס דער רבי מיינט, האט דער רבי געענטפערט "אלע, אלע!"
דער רבי איז געווארן זייער היסטעריש, ער איז געווארן זייער רויט, איך האב געפילט אז עס גייט עפעס נישט, האב איך מיר מורה היתר געווען און כ'האב געפרעגט, איך מעג אפשר מפסיק זיין דעם רבי'ן? האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן, ס'איז געווען תש"ל, מיין זיידע איז געוווען דאהי אין אמעריקע, איז רבי אהרן ארויפגעקומען אין שטוב נעמען שלום. ווען ער איז אהיימגעגאנגען פרעג איך מיין זיידן "וואס זאגט דער זיידע צום סיגעטער רב'ס זון?", האט מיין זיידע געענטפערט, "וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל! (נאכאמאל) וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!".
איך האב ב"ה זוכה געווען, איך האב מיך געקויפט עולם הבא דעמאלט מיט'ן רבי'ן, וויאזוי דער רבי האט, די אויגן האבן אים געגלאנצט. אברך את ה' אשר יעצנו.
אבער דער רבי איז געווען שוואך, זייער שווער עס צו זאגן - - - און דער רבי האט זיך גענומען יעצט פון מיין זיידן, אזויווי איך האב גערעדט פון מיין זיידן האט דער רבי גענומען דערציילן א מעשה וואס איז געווען שטארק מרגלא בפומי' צו דערציילן, ווען מ'איז פריי געווארן פון מיליטער, געזאגט די מעשה פון אנהויב ביז צום סוף, און דער רבי געזעגנט מיך, דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל זיין געזונט, און און ס'ענדיגט זיך.
נאכאמאל ס'איז שווער צו זאגן, מ'איז דאך געווען שוואך, האב איך געפילט ס'איז דאך נישט קיין יושר, דער רבי האט מיך דאך גערופן און ער הייבט דאך אן עפעס צו זאגן דברים כדרבונות, וועל איך דערמאנען דעם רבי'ן, האב איך דערמאנט דעם רבי'ן "דער רבי האט דאך עפעס געוואלט זאגן וועגן רבי אהרן", האט דער רבי ווייטער אנגעהויבן, יעצט שרייב איך מיך ווייטער.
"איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון אים, ער איז דאך פון קינדווייז אן אזוי אפגעהיטן. וואס ווילן זיי פון אים? וויל איך דיר זאגן:" דער רבי האט מיר געזאגט אויף איינעם, איך האב א ספק צי ס'איז לפי כבודו, איינעם פון די קרובים פון רבי'ן ז"ל וואס איז אויף דער עלטער געווארן שוואך און האט פארגעסן, האט מיר דער רבי געזאגט, "ער האט אויך אנגעהויבן צו פארגעסן, איך האב מורא אז איך פארגעס, איך מורא איך וועל אליינס זאגן אנדערש ווי איך זאג."
איך מוז איבערזאגן די ווערטער, "איך האב מורא איך פארגעס, איך האב מורא איך וועל זאגן אליינס אנדערש ווי איך זאג."
"איך האב עס געזאגט פאר רבי נפתלי'ן אויך", איך האב נישט געכאפט פונקטליך דעמאלט וועמען דער רבי מיינט, איך האב נישט געכאפט דעמאלט אז ר' הירצקא, הר"ר הירצקא צוויבל פלעגט דער רבי רופן ר' נפתלי. איך האב נישט געוואלט איבערפרעגן וועמען דער רבי מיינט, אבער ס'איז מיר שוין אויסגעקומען במשך הזמן.
"איך האב עס געזאגט פאר אים אויך, איר זאלט ביידע געדענקען צו זאגן, על פי שני עדים יקום דבר, ועמדו שני האנשים."
א וואך שפעטער בין איך אהיימגעפארן אויף ארץ ישראל, איך האב דאך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן וויסן, האב איך געמוזט מאכן א יוצא מן הכלל, איך בין זיך געגאנגען געזעגענען, איך האב געזאגט עפעס א תירוץ פאר מיינע קינדער, איך בין מיך געגאנגען געזעגענען אליינס, ווייל איך האב נאך געוואלט עפעס איבערפרעגן, אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט וועגן רבי נפתלי, האט מיך דער רבי נישט געלאזט אויסרעדן, "מען וועט ענק גלייבן!" שוין, האב איך נישט געקענט ממשיך זיין.
עד כאן דבריו הקדושים.
איך בין ממש אָן א כוחות אז איך האב דאס געדארפט זאגן, ס'איז נפשי יצאה בדברו, און איך האב נישט קיין שום היתר, איך בין נישט געגאנגען פרעגן קיין שאלה, איך האב געהאפט ס'וועט קיינמאל קומען דערצו אזויווי יעדער האט געהאפט אז די ענינים וועט נישט זיין, ס'וועט זיין להלכה ולא למעשה, אבער אז ס'האט אזוי פאסירט. - - - -
------------------
מיין זיידע ז"ל אין דעם בריוו וואס ער שרייבט אויף די התמנות פון רבי'ן ז"ל דער ברך משה, שרייבט אויך די ווערטער "אמרנו בצלנו נחי' בגוים אבל כעת בעוה"ר שלא זכינו לזה, איז דא א צורך להעמיד במקומו איש על העדה.
דא, דאס להעמיד במקומו איש על העדה דארף מען נישט זאגן, און ווער דער איש על העדה דארף מען אויך נישט זאגן, און ווער דער איש איז דארף מען אויך נישט זאגן, ס'איז גארנישט לפי כבודו הגדול אז אונז זאל מיר זאגן שבחים. נאר דאס האב איך געפילט מוז איך איבערזאגן.
דער באשעפער זאל העלפן מען זאל מיך היטן מכל עקתין בישין, פון בעלי בחירה, דער אויבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זיך שטענדיג צוזאמקומען טאקע במחיצתו פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און דער רבי זאל נעמען אויף זיך מתפלל צו זיין, אזויווי ר' בערל דער ראש הקהל האט פריער דערמאנט, אם קטן אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה, דער רבי זאל נעמען אויף זיך דעם ענין פון מתפלל צו זיין פאר אידישע קינדער.
אלע הרבצת התורה און אלע דרשות ווייסט מען דאך, דער רבי זאל וויסן אז ס'ליגט אויף אים אז ווען א איד איז צעבראכן און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ און ער איז מאמין אז די תפילות פון אן ערליכן איד איז עושה רושם, זאל דער רבי נעמען אויף זיך, ער זאל מתפלל זיין פאר אונז.
מיר זאלן שוין אלע האבן די זכי' צו זען צוריק דעם רבי'ן כשיעמוד לתחי'.
איך וועל זאגן א זאך וואס פאסט אין אזא געלעגנהייט צו זאגן, מיין זיידע ז"ל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל דער דברי יואל האט אמאל געזאגט אין ארשיווע, שאל מאן דבעי, אלע צדיקים האבן דאך געזאגט וואס בעט מען, יעדער כדרכו בקודש, האט מיין זיידע געזאגט אז דער רבי ז"ל האט אמאל אין ארשיווע געזאגט, אז דער אויבערשטער איז מיט אונז בעט מען ער זאל בלייבן מיט אונז, דער רבי איז דאך יעצט מיט אונז, דהתם קאימנא, בעט מען אז דער רבי ז"ל זאל בלייבן מיט אונז. ער זאל בלייבן מיט אונז און אונזערע קינדער, ווי לאנג דער רצון ה' איז מ'זאל בלייבן אין גלות זאל מען זיך קענען האלטן פעסט.
זאלמיר זוכה זיין אלע אינאיינעם קעגן צו גיין דעם גואל צדיק ומלכינו בראשינו בב"א.
תוקן על ידי - כל_העולם - 02/05/2006 22:55:41
עכטע נייעס:
מעכטיגע צוואה פון אב"ד מאנטשעסטער
איך הער יעצט אז און קרית יואל האט גערעדט אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער און ער האט געזאגט א מעכטיגע צוואה פון רבינו זי"ע שטערקער פון ר' הערצקע צוויבל שליט"א
ווער ס'איז דארט געווען זאל ביטע פאסטן
פאטאקי08:
איך קען נישט פאוסטן ווייל מסורת ארבעט נישט
איינער ווייסט פארוואס?
איז דא עפעס א אלטערנעטיוו
איך מוז ניצן א דייל אפ צו גיין דורך היידפארק ווייל איך האב DSL JNET און ס'גייט זייער שטייט איך קען אזוי נישט שרייבן
איז דא עפעס א אלטערנעטיוו וועג?
עכטע נייעס:
ער האט פארציילט בערך אזוי
ער פלעגט גיין צו רבינו זי"ע פאר ער פלעגט חתנה מאכן און רבינו זי"ע פלעגט אים געבן אסך געלט איין מאל לעצטנס ווען ער איז געווען ביי רבינו זי"ע האט עים רבינו זי"ע געזאגט אז ער זאל צוריק קימען באלד ער האט נישט געוויסט וואס ער וויל ( ער האט געמיינט די רבי וויל עים געבן אסך געלט ) ער איז צוריק געקומען און רבינו זי"ע האט געהאט א חתם סופר אוין טיש ער האט עס געלייגט אויף זיין האנט און געפרעגט אויב ער זאגט צו ער גייט נישט פארציילן פאר קיינעם וואס ער גייט עים זאגן ביז נאך די 120 ער האט צוגעזאגט פאר רבינו זי"ע
האט רבינו זי"ע אנגעהויבן אזוי עס דריין זיך ארים מיר מענטשן וואס זיי....(ער האט נישט געוואלט זאגן די לשון וואס רבינו זי"ע האט געניצט אויף זיי) וואס האבן פיינט מיין זין ר' אהרן איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבן עיהם פיינט איך קען עיהם נאך פון אלטץ קינד ער איז זייער א גרויסע מענטש און איך וויל נאר ער זאל זיין מיין ממלא מקום נאך די 120 איך האב עס שוין געזאגט פאר נפתלי (ער האט נישט געוויסט ווער דער נפתלי וואס רבינו זי"ע איז) יעצט ווייסט ער שוין
דאס וואס איך שרייב איז בערך ווער ס'איז דארט געווען זאל ביטע געבן א קלארע באריכט
פאטאקי08:
די מעין מעיזדשער פרט האסטו נישט געשריבן
ער האט געזאגט אזוי:
דער רבי האט אים גאזאגט אויף איינעם פון זיינע קרובים משום כבודו האט דער מאנטשעסטער רב נישט געוואלט זאגן ווער האט דער רבי געזאגט אויף אים אז ער איז שוין שוואך און ער פארגעסט...
האט ער נאך געזאגט דעם רבי'ן לשון (בערך מ'קען הערן דעם טעיפ צו הערן פונקטליך)
"איך פארגעס, איך האב מורא אז איך וועל אליין זאגן אנדערש ווי איך זאג"
עס איז כדאי צו הערן דעם טעיפ ווייל איך האב נאר געשריבן ראשי פרקים
ער האט געזאגט נאך זאכן ווי דער רבי האט געזאגט שני עדים.... מוועט גלייבן....
ס'בעסער צו הערן דעם טעיפ
איך האף אז מ'וועט עס ארויף לייגן דא
עכטע נייעס:
יא די רבי האט עיהם געזאגט איך האב מורא איך גיי שוין אנהייבן פארגעסן און איך וועל זאגן זאכן וואס איך וויל נישט ס'זאל זיין
איז יעצט האב איך שוין געזאגט פאר דיר און פאר נפתלי וואס איך וויל זאלט עטס נאך די 120 פארציילן עטס זענטס צוויי מענטשן וועט דער עולם ענק גלייבן
אשר זלמן:
וועלעכע נפתלי?
עכטע נייעס:
הרב ר' הערצקע צוויבל שליט"א פלעגט רבינו זי"ע ריפן נפתלי
אשר זלמן:
וועלעכע יאר האט די רבי זי"ע דאס געזאגט פאר אב"ד מאנטשעסטר?
13hooper:
תשנז
אין האט קודם געמיינט אז אפשר מיינט ער נפתלי זיין ברידער אין האט מורא געהאט צי פרעגען אפען צי דער רבי האט עיהם עפעס געזאגט וועגען לאחמוש" האט ער נאר עיהם געפרעגט דעמאלס ווען ער איז געווען לעצטענס ביים רבין אין האט פארשטאנען אז נישט עיהם האט ער געמיינט אין האט נישט געוויסט ביז נעכטען אז דער רבי פלעגט ריפען ר הירצקא "נפתלי" אין אז ער איז דער צווייטער עדות
עכטע נייעס:
מקען הערן די דרשה אויף קול סאטמאר
212-990-7303
#7
hotwire:
ר' הירצקא צוויבעל פולע נאמען איז נפתלי הירצקא צוויבעל
yohcee718:
וואס איז דער משוגעת פון שראבען טיטלען און א נאמען , ווער איז דער אב"ד מאנטשעסטער?
ער זאגט דאך אז ער וואוינט אין אר"י?
בבקשה נעמען אין באטראכט אז פון היינט מאהל אהן איז נישט נאר וואס מ'דארף שרייבען א נאמען ווען מ'שרייבט אב"ד מאנטשעסטער נאר אפילו ווען מ'זאגט
וויזניצער רבי
ספינקער רבי
באבאווער רבי
סקווערער רבי
און יא BELIEVE IT OR NOT
סאטמאר רבי [בילד – נישט אפגעהיט]
נאך א נקודה
די אהרונים מאכען דא א געפערליכע טעות.
די זאלמונים זענען בכלל נישט אינטערסירט און צאוואעס שמאוואעס קיינער פון זייער פארטיי איז נישט אינטערסירט אדער מאכט זיך צו טוהן אפילו אויב מ'זאל דאס מוכיח זיין בלי שום צל של ספק אז לפי רצון האדמור ר' משה דארף ר' אהרן זיין רבי.
איך דארף דען דאס מגלה זיין פאר די אהרונים אז THEY DON"T GIVE A HOOT וואס דער רבי האט געוואלט? ס'גייט זיי נישט אהן אין די לינקע פאה. רוב פון זיי זענען דאך געווען קעגען זיין רעביסטעווע לכתחילה!!
דער גאנצער שפיל מצדם איז צו קומען צו די מידיא אדער קאורט אין נוצען זייערע צעטלעך לחזק ר' ז"ל אבער בכלל נישט קומט אין באטראכט צו פאלגען ר' משה זצ"ל
איך האלט די אהרונים בטל'ן די צייט מיט דעם קאמפעטישען פאר צוואות....
אחת למעלה:
איך האב דאס שוין געשריבן לגבי ר' הערצקא צוויבל'ס דרשה און ס'איז אקטועל אויך אויף מאנטשעסטער רב'ס דרשה. די אלע זאכן זענען פארגעקומען נאכדעם וואס דער רבי ז"ל איז געווען העכער אכציג. לשיטת הארונים, העכער אכציג קען מען נישט טוישן קיין צוואה. איין זאך איז זיכער, לכל הפחות דערווייל, אז ס'איז נישטא קיין געשריבענע צוואה, מיט חתימות פון צוויי עדות, וואס דער רבי ז"ל האט געשריבן אין די יונגע יארן לטובת ר' אהרן. אשר על כן קענען זיך אויפשטעלן אלע מר בר רב אשיס און האלטן וויפיל דרשות זיי ווילען נאר.
עס איז גאר מעגליך אז ווען דער רבי ז"ל זאל וויסען אז שלוחים פון בכורו וועלן שרייבן אין געריכט פאפירן אז ער איז severly demented עפ"ל, וואלט ער אים נישט נאר נישט אויפגענומען פאר רב אין קרית יואל נאר ער וואלט אים אפילו מקוה איד נישט געלאזט זיין.
שור שנגח:
מאנטשעסטער רב ווייסט גארנישט וואס עס ווארט אים יעצט.
זיין פעטער וועט אים לייגן אין חיירעם.
פראדעל וועל ארויסגעבן א דאזען טעיפס פון אים.
אלעס פארן פארציילען וואס דער בירך משה האט אים געזאגט, איבער די מושחתים און זייער דורכגעפאלאנע פראבע.
moshe06:
יוחי
דער מאנשעסטער רב הייסט אויפן לעצטען נאמען הרוויץ ער איז א זין פינעם רחובער רב
ער איז ביז היינט געווען באוויסט פאר א גרויסער עובד השם אין איינער וואס דינט דעם באשעפער מיט א אמת ער איז געווען נערץ אין חשוב ביי יעדן איינעם
זיין טאטען אין זיידע זענענן געווען אייביג גרויסע מיחוסים אין סאטמער אין מקרוב למלכות
פארשטייט זיך אז ביי די זאלי לאגער גייט ער ווערן א ........................
יוחי
קענסט הערן זיין דרשה, די ציל פין די דרשה איז נישט צי ווייזען פאר די וועלט
ער האט גערעדט מיט א פשטות זאכן וואס דער רבי זי"ע הכ"מ האט אים געהייסן איבערגעבן
אין ער האט אונז אלע תלמידי חסידי רבינו מחזק געווען אז מיר זאלן וויסן אז מיר גייען אויפן ריכטיגען וועג
{ביטע ווער עס ווייסט ווי אזוי דער מאנשעסטער רב הייסט אויפן ערשטען נאמען אזוי אויך זיין טאטע, זיידע,
אין פינקטליך זייער שטארקע התקשרות מיט רבותינו זכיתם יגן עלינו, זאל עס ביטע שרייבען}
דור האחרון:
ר' ישראל חיים הורוויץ
yohcee718:
שכויח
דער ראחעווער רב איז געוועהן א איידעם אדער אן אייניקעל ביים לקוטי מהרי"ח וואס האט געהייסען ר' ישראל חיים פרידמאן. תלמדי בעל יטב לב
און ער איז מסתמא א שוועסטער קינד מיט ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן
moshe06:
באקימען אין אישי
His grand father the racheve ruv was a talmid of the atzei chaim and he had smicha from atzei chaym ztl, and therefor r' srul chaim menashe was chosen by the rebbe z'l baaal vayoel moshe, cuz he is also a racheve einekel, and he got semicha from rachev who got smicha from the atzei chayim, so he was approved by the rebbe zt'l, and in rachev "hut men ge'utemt siget!!!
ווער עס וויל זיך וואלענטירן זאל עס איבערשרייבעון אין אידיש
ייש"כ ==אויענבאך
מקוה איד:
די 2 מעשיות פון ר' נפתלי הירצקא מיטן מאנטשעסטער רב איז בלויז א טיפה מן הים וויפיל עדות נאמנים עס זענען דא פון רבי'ן ז"ל איבער דער ענין פון ממלא מקום, די סיבה פארוואס בלויז די 2 זענען ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט איז ווייל זיי האבן באקומען א צווי פון רבי'ן ז"ל אז זיי מוזן עס מפרסם זיין ברבים, גראדע האב איך נאך געהערט די פונקטליכע שארפע לשונות וואס דער רבי האט געזאגט פארן מאנטשעסטער רב אויף די גבאים פון רבי'ן, די האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן דאס צו הערן!
נאך מער איך האב פאר ענק נייעס, אז דער רבי האט דאס געהאט געזאגט מערערע מאל פאר משה גבאי, און אלע קינדער פון רבי'ן, אויף אזוי ווייט אז דער רבי האט אפגעשריבן א בריוו צו ר' זלמן לייב פערזענליך אז ער זאל זיך נישט וואגן צו שטיין אין וועג פאר ר' אהרן. די אלע חברה ווייסן דאס גוט אינקלודינג ר' זלמן לייב.
אויסער די צענדליגע עדות פון רבי'ן זעלבסט, איז דא צענדליגע עדות פון מענטשן וואס האבן געהערט פון משה פר"מ און ר' זלמן לייב אז זיי האבן אלעמאל מודה געווען אז דער רבי האט נאר געוואלט ר' אהרן.
ווען עס וועט זיך אויספעלן (איך ווייס נישט ווען, ווי יוחי זאגט) וועט אלעס ארויפשווימען.
yochee718:
לפי ספר הזכרון מאראמורש
דער לקוטי מהרי"ח ר' ישראל חיים פרידמאן איז געוועהן רב אין ראחוב
בנו ר' שלמה זלמן היה תלמיד בעל קדושת יו"ט ונפטר בשיבה טובה בבית חתנו ר' מנחם מענדל הורוויץ בבני ברק
מסתמא איז ר' ישראל חיים זיין זוהן
זשוליאני08:
די זאליס מיט זייער פורים רעבע זענען קראנק פון דעם גאון און צדיק מאנטשעסער רב.
זיי זענען קראנק אז איינער נאכן אנדערן שטעלן זיך אויף רעדן, פאר'ן הייליגן ארון קודש און דערציילן דברים כהווייתן.
אז דער רבי זצ"ל האט אויסגעקליבן זיין עלטסטן זון און נישט זיין דריטן.
און דער רבי האט נאך געזאגט אז ער ווייסט אז די מענטשן ארום ווילן דווקא נישט... אבער איך וויל יא.
זיי וואלטן דער'הרג'ט דעם הרב הוראוויץ, זיי וואלטן אים געלינטשט, זיי וואלטן אים דערווארגן.
ער דעקט אויף פאר די גאנצע וועלט דעם אמת וואס יעדער איינער ווייסט אין הארץ.
אשריך ר' ישראל חיים הוראוויץ !
אשרי חלקך פאר'ן פארציילן דעם אמת !
עס איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן די מורא'דיגע ווערטער וואס דער מאנטשעסטערער רב האט אויסגעלאזט פון וואס רביה"ק האט אים געזאגט.
דער רבי האט אים געזאגט אז ער טאר בשום אופן נישט מגלה זיין בעפאר די פטירה, ווייל אויב וועט ער עס מגלה זיין זענען מיר ביידע אין געפאר !!!
אויך האט אים דער רבי געזאגט אז ער איז ארומגערינגלט מיט אנשי רשע און אינשי דלא מעלי.
ווען מען טראכט אריין אין די ווערטער, ווערט ממש אומבאגרייפליך דעם צער און פיין פון מרן רביה"ק זי"ע אין יענע יארן, ווען ער האט זיך מיטאמאל דערזען ארומגערינגלט מיט שרעקליכע רשעים, אזוינע וואס עס שטייט אויס פון זיי צו ברענגען דעם רבי'ן זעלבסט אין א געפאר אויב ער וועט מיט זיי נישט קאאפערירן !!! און ווער נאך ווי אונז ווייסט אז דאס איז גארנישט ווייט פונעם אמת, און אויב דער רבי זי"ע וואלט מיט זיי נישט מיטגעשפילט וואלטן זיי אומשטאנד געווען צו לאזן אויף הפקר אין זיינע לעצטע יארן !!!
בפרט די יסורים מיט וועלכע דער רבי האט זיך ארומגעדרייט, וויסנדיג אז ער קען קיינעם נישט געטרויען אז ער וועט זיך האלטן דאס מויל, און ער האט געמוזט אפירקראצן פון אונטער דער ערד מענטשן וועלכן ער זאל באמת קענען געטרויען מיט די הייליגע צוואה !
to all the zali,s out there please get over it cant u take the emes did we personely said anything against r,shtern or r,weider accept one guy here said something about them but the rest of us dident say a word so what do u want frome them that u have to open up evrey min. another ashkol about the will what we have just stop accept the emes frome the rabbi,zt"l freind,s
בא ללמד, איך האב נישט געוואלט זיין דער ערשטער וואס זאל עס זאגן, איך וועל עס אויך באשטעטיגן דער רבי האט זיי אנגערופן אנשי רשע ("אינשי דלא מעלי" האב איך נישט געהערט, איך קען עס קאנפורמען)
איך קען ענק גאראנטירן, אז סיז נאך דא הויפנס מיט עדות, מ'זעמיר ווייט פון פארטיג! ס'קומט נאך אסאך אסאך מער!
ס'וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו וויסן צי דער עבד לעבדי ה' משה פר"מ וועט פון יעצט אָן אויפהערן צו רופן זיין באליבטן דיין ר' ישראל חיים מנשה פר"מ "דער ראחוב'ער פערד" און דאס אנשטאט אנשמירן אויף הגה"צ חו"פ אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א.
האט איינער אפגעכאפט די צוואה פון הרב ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א?
דער זעלבער חשובער רב וועלכער האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט האט זיך שוין אין תשמ"ו ארויסגעשטעלט צו זיין א דובר אמת בלבבו און האט זיך דאן אויך אנגענומען פאר'ן כבוד פון רבינו זי"ע בעל ברך משה. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
בערך אזוי איז געווען די מעשה:
די רעביצין (אלטא פייגא) איז דעמאלטס אנגעקומען אין א"י, און מען האט איר געמאכט א קבלת פנים וואו עס האט אויפגעטרויטן ר' יוסל אשכנזי ז,ל, און ער האט געזאגט א תורה אז אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות, זאגט דארט רש"י צריך להדליק עד שהשלהבת יוצא מאליה. האט ער געזאגט אז דער רבי בעל ויואל משה זי"ע האט אנגעצינדן דעם פלאם און שוין זיבן יאר וואס עס איז עולה מאליה, עס פלאמט נאך אלץ פון זיין כוח. מאליה.
האט נאכדעם דארט אויפגעטרויטן דער אויבנדערמאנטער רב און האט אנגעהויבן זיין דרשה אז קודם וויל ער מוחה זיין אויף די פאריגע רייד, און דער פלאם ברענט אויסדרוקליך נישט מאליה, נאר דער הייליגער רבי (בעל ברך משה) פירט דאס מיט גרויסע כוחות. עד כאן המעשה
איך מיין אז דער זעלבער מענטש, ווען ער שטעלט זיך איצט נאכאמאל ארויס צו פארטרעטן דעם אמת איז ראוי אז מען זאל אים צוגעבן דעם "מעדאל אוו האנאר".
איז דער מאנטשעסטר רב א ברידער פון ר' אלישע האראוויץ פון קרית יואל?
יא
נאך א וויכטיגער פרט וואס איז אינטערעסאנט ארויסצוברענגען, איז דער ספק פון מאנטשעסטערער רב בנוגע "רבי נפתלי".
ווען רביה"ק האט עס אים געזאגט, האט ער געמיינט אז דער רבי מיינט זיין ברודער, ר' נפתלי הורוויץ פון לאנדאן.
דאס וואס ער איז אריין צו רביה"ק ביחידות פארן אוועקפארן איז געווען ווייל ער האט געוואלט פרעגן רביה"ק אז צוויי ברידער זענען דאך פסול לעדות, און זיי צוויי וועלן נישט קענען זיין קיין כשר'ע עדות... אבער דער רבי האט אים נישט געלאזט אויסרעדן, ווי ער דערציילט.
ווען ער האט געפרעגט דעם ברודער אויב דער רבי האט אים עפעס געזאגט, און דער ברודער האט ווי פארשטענדליך גארנישט געוואוסט, האט ער געמיינט אז באמת האט דער רבי יא געזאגט, נאר דער ברודער זאגט נישט ווייל דער רבי האט אים אויך באפוילן נישט צו זאגן פאר קיינעם...
מיט דעם ספק האט ער זיך ארומגעדרייט נאנט צו צען יאר !!! און פאר קיינעם קיין ווארט נישט געזאגט, ערשט פאריגע וואך איז ער געוואויר געווארן אז דער רבי האט געמיינט ר' הירצקא צוויבל.
וויאזוי האט ער געמעיגט פרעגן זיין ברידער דערוועגן, ער האט דאך באשוואוירן דעם רבין זצ'ל מיט א ספר אין דער האנט "נישט צו פארציילן פאר מיינע אדער דיינע"?!
אויב דער ברודער איז דער צווייטער עדות מעג ער דאך עס דורכרעדן מיט אים.
אגב, ער האט גארנישט געזאגט פאר'ן ברודער. ער האט אים נאר געהאלטן אין איין מוטשענען אויב דער רבי האט אים עפעס געזאגט, און דער ברודער האט אים געהאלטן אין איין זאגן איך האב נישט קיין אהנונג פון וואס דו רעדסט.
יעצט נאך די פטירה האט דער ראחובער רב זיך נאכאמאל פארבינדן מיט'ן ברודער, און אים נאכאמאל געפרעגט אויב דער רבי האט אים עפעס געזאגט. ער האט געהאפט אז יעצט וועט שוין דער ברודער מסכים זיין צו רעדן, אבער ער האט אים ווייטער געזאגט אז ער ווייסט נישט וואס ער וויל.
ערשט פאריגע וואך איז דער ראחובער רב געוואויר געווארן אז דער ר' נפתלי איז געווען ר' הערצקע צוויבל.
די גאנצע מעשה בכלל איז questionable, ער האט אויפגעשריבן וואס דער רבי זצ'ל האט איהם געזאגט פארוואס האט ער נישט געקענט עפעס בעטן בכתב, און צו ער האט דעמאלט געשריבן צו נישט, אויב דער רבי איז געווען אזוי באזארגט ווי ער דערציילט, פארוואס האט דער רבי נישט געגעבן עפעס בכתב פאר איהם אדער פאר איינעם, וואס וואלט געווען די שטערקסטע באווייז אן דעם וואס מען זאל זיך דארפען פארלאזן אויף א מענטש'ס נאמנות?
אויך אז דער רבי זצ'ל איז געווען אזוי באזארט פון די מענטשן ארום איהם, פארוואס האט ער נישט געזאגט עפעס ברבים ביי א דרשה און קלאר מאכן בפני העדה וואס זיין רצון איז?
ער זאגט אז דאס איז געשעהן תשנ"ז, איז נישט דער זצ'ל שוין געווען 83 יאר אלט יענע צייט?
פארוואס באהאלט מען זיין נאמען און מען ניצט נאר מאנטשעסטער רב?
אפילו דא, ביז מען האט געפענט דעם נייעם אשכול האט מען קיינמאל נישט דערמאנט זיין נאמען נאר "מאנטשעסטער רב", קען דאס זיין ווייל מען דארף פארדעקן דעם קשר אז ער איז א ברידער פון ר' אלישע האראוויץ וואס שוואכט אפ דעם עדיתשאפט אלס נוגע?
ר' הירצקא צוויבל איז געווען נאנט צום רבי'ן און עס איז פארשטענדליך אז פאר אזא נאנטען מענטש זאל מען געטרויען א וויכטיגע זאך אבער וואספארא התקשרות האט דער ר' ישראל חיים האראוויץ פון אויסלאנד געהאט אז מען זאל איהם אויסקלויבן פאר דעם?
צום לעצט, וואס איז דער הלכה ווען עס איז דא צוויי עד אחד'ס (זיי האבן דאס נישט געהערט צוזאמען) אנטקעגן שני עדים וואס האבן צוזאמען געהערט און נאך דערצו האבן זיי נאך א כתב אויך?
הבדלה מנין:
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך......
וועגען דיין אייזערנע קשיא אויף אבד מאנטשעסטער פארוואס די רבי האט נישט געזאגט ברבים
די ביסט ווארשיינדלעך באקאנט מיט די שרעקלעכע ביזיונות וואס משה וחבריו האבען געמאכט א קעגען
דעם רבי!!!! ווען די רבינס אלטע לאנג יאריגע גיטע פריינט האבען געוואלט רעדען מיטן רבין
אבער אפילו זאגען א גיט שבת צים רבין,
די קאפאס וואס בן פראדעל האט געלייגט ארום דעם רבין האבען געגעבען מערדילכע שרעק אפילו פאר די
אלטע יודען וואס האבן זיך געטרויט גיין לעבען רבין אין פין וועם משה האט מורא געהאט אז זיי
וועלען רעדען מיטען רבין
עס איז דא אנע שעור אזעלעבע מעשות וויא למשל די מכות רצח זיי האבען געגעבען צי מוה ר שמאול
אבערלענדער וויל ער האט געוואלט רעדען מיטל רבין
אין ווער געדענקט נישא ווען ליפא האט זיך ציווילדעוועט אין די סוכה אין געטיילט שלעק פאר די
רבינס נאנסטע פריינט וואס האבען פשוט געוואלט געבען לחיים צים רבין
די רבי איז ליידער געוועהן א געפאנגענער ביי די רשעים, אין וויא עס האט טאקע די וואך מעיד
געוועהן ברבים פאר טויזענטער יודען דער מאנטשעסטער רב שליטא!!!!
בן פראדעלס שלוחום רשעים האבען ארימגרינגעלט דעם רבין טאג אין נאכט אין נישט ציגעלאזט זיינע
נאנטע אמתדיקע פריינט צים רבין
די רשעים האבען נישט ציגעלאזט צים רבין רוב פין רבינס אייגענע קינדער ר"ל
זיי האבען נישט ציגעלאזט צים רבין רוב פין זיינע אייניקלעך
זיי האבען נישט געלאזט דעם רבין גיין צי די חתונה צי די אייגענע אייניקלעך
אין דער עונש פאר עובר זיין אויף די באפעלען פין די קאפאס איז געוועהן געהארגעטע שלעק
ער איז געוועהן איינגעשפארט טאג אים נאכט אין אייזאלירט פין משפחה אין גיטע פריינט
וויאזוי מיינסטו וועט א בי"ד אבער א שופט אנקיקען די עדות אויף א יוד וואס איז געוועהן אינטער
זייער הויז ארעסט טאג אין נאכט????
אין טאמער פרשטייסטו נאכאלטץ נישט וואס איך רעדט, זאלסטו גיין אויף GOOGLE אין אויפזיכען די
BOOK פין דעם שרייבער סאלזעניטשין וועגן די דיסידענטס וואס רוסלאנד האט איינגעשפארט אין
משוגעים הויז וגעזינטע מעטנשען אין אזוי האט ער שטיל געמאכט זייער פראטעסט שטימע שטימע אין
די איינגעשפארטע האבען געציטערט צי רעדען מיט מענטשען וואס די רעגירונג לאזט נישט
בן פראדען וחבריו האבען גנימען זייערע מעוטאדען פין די קאמאניסטען ר"ל אין זיי האבען דעם רבין
איינגעשפארט אין זייער תפוסה!!!!
דאס הייסט MIND CONTROL וואס שווינלערס טהון מיט אלטע מענטשעו וואס זיי ווילען באגאנבנען!!!
אין עס פראעגט זיך די שאלה אויפן דיין.
ער האט דאך געוויסט וואס די רשעים מאכען צים רבין אין פארוואס האט ער פארקויפט זיין נשמה צי
דעם קאפא בן פראדעל?
פארוואס האט ער נישט מוחה געוועהן, אין ער העלפט גאר די אינשיי דלא מעליי מיינענדיג אז מיט
דעם וועט ער פארזיכערען זיין רביסטעווע אין די רביסטעווע פין זיינע קינדער!!!!!!
אין צים סוף וויל איך ברענגען דעם וויכטיגסטע POINT:
דא איז גועעהן רבינו שליטא אין זיינע העכערע שמונים אין ליידער נישט בבראות השלימה
וואס מקען שוין נישט היינט אפלייקענען, ער קען נישט רעדען צי וועם ער וויל נ אין מלאזט עם
נישט רעדען צי א גרויס חלק פין זיינע קינדער אין אייניקלעך וואס משה לאזט זיי נישט אריין צים
רבין אין אויך נישט צי זיינע אמתדיקע אין אלטע גיטע פריינט
אלע נייעס וואס קימט אן צים רבין ווערט געפילטערט דארעך בן פראדעל וחברין אין ליפא וואס
ווילען פארכאפען מיט געוואלד אלעס וואס די רבי פארמאגט, די נשיאות פין די קהילה הקדושה אין
אויך דעם רבינס פערזענדלעכע עניניים,אין א יעדער וואס קימט אריין צים רבינס שטיב אין יעדעס
ווארט וואס ווערט געזאגט צים רבין ווערט צענזארירט דארעך משה וכל כת דיליה
אין אויף וועם זיי האבען א חשד אז די רבי וועט פרעגען פין עם וועגען וויכטיגע ענינים וואס
טויג נישט פאר
זיי לאזען זיי בכלל נישט אריין צים רבין
אין אינטער אזא א מצב וואס די רבי איז איינגעשפארט אין תפיסה ביי די רשעים "אין די אינשיי
דלא מעליי זענען די איינציגסטע וואס טראגען אריין נייעס צים רבין אין זיי טראגען אריין שקרים
וכזבים אין זיי בארעדען יעדען איינעם וואס שטייט זיי אין וועג ,אין דער אלטער שוואכער צדיק
וואס איז אין די הוכע שמונים ווערט אזוי געפאניגט דארעך די רשעים אז ער ברעכט זיך אינטער אין
ער פארלירט זיין גאנמען כח ווידערצישטעלען זיך א קעגען צי שטעלען די רשעים זיינע פייניגער ל"ע
!!! וויאזוי ציטערען נישט די רשעים אזיינז צי טהון צי אינזער הייליגער רבי זצל בנו של
הצדיק דער הייליגער עציי חיים זצל !!!!
אויב האט איינער א ספק אין וואס איך שרייב אוויבען זאל זיך ציהערען צי די טעיפ וויא עס רעדט
שאול פערלשטיין מיטן רבין אין מהערט אין די שמעוס וויא דער שגץ שאול טיילט אויס צרות פארן
רבין , אין מיט וואס פארא חוזק ער רעדט מיטען רבין אין מהערט אויפען טעיפ במפורש וויא ער העצט
דעם רבין אויף מיט פאלטשע זאכען אין מיט שקרים אין ווען ער זעט אז די רבי וויל עס נישט מקבל
זיין זאגט ער עס צים רבין נאכעמאל אין נאכעמאל האפענדיג אז די רבי וועט ענדלעך מקבל זיין
זיינע שקרים
שאול פערלשטיין וועם בלייבען לחרפה ולדראון עולם, אין די געטרייע חסידים פין רבין וועלען דאס
עם קנימאל נישט קענען מוחל זיין
יא !!! די צרות האט די רבי טעגליך געהאט אויסצישטיין פין די אינשיי דלא מעלע וואס האבען דעם
רבין ארים גענימען וויא אן אייזערנע וואנט ממש אזוי וויא עס האט מעיד געוועהן אבד מאנטשעסטאר
שליטא
איר אלע קענט זי פארשטעלען וואס פאר א ווערט עס האט אזא א צוואה וואס מהאט ציזאמגעשטעלט
אינטער אזלעכע אומשטענשדען אין געטייפט אויף א COPMUTER (ווארשיינדלעך אין משהס יוד אפיס)
!!!!!!!!!!!!!!!
ׁווארשיינדלעך אין משהס יוד אפיס
אויב עס איז אמת דאס וואס דער מאנטשעסטער רב זאגט דעמאלטס פארוואס האט ר' אהרן צוגעלאזט אז מען זאל חוזק מאכען יעדע וואך אין דער בלאט פין רבי'ן זצ"ל????
הבדלה.
אפשר ביזטו מסביר פארוואס ר' אלישע הורוויץ איז מער אדער ווייניגער נוגע ווי זיין ברודער הגרי"ח שליט"א ?
זיי זענען ביידע אייניג באקאנט שוין יארן לאנג אלס פארברענטע חסידים פון רביה"ק זי"ע און להבחל"ח פון כ"ק רבינו שליט"א, אקוראט אזויווי מאיר שטערן און מרדכי דוד ווידער זענען שוין יארן לאנג פארברענטע זאליס, און פארביסענע שונאים פון רבינו שליט"א (ראו מה בין בני לבן חמי...).
וואס איז זיכער, אז די עדות פון מאנטשעסטערער רב ווארפט א נייעם ליכט אויף די גאנצע פרשה. וואס מער מ'טראכט אריין אין די ווערטער "מיר וועלן ביידע זיין אין געפאר !!!", כאפט א שוידער איבער דעם שווערן מצב פון רבינו שליט"א, איך האף שפעטער צו קענען שרייבן א גרונטליכן אנאליז דערוועגן.
דאס פארענטפערט אסאך קשיות, בעיקר דאס פארוואס דער רבי זי"ע האט עס נישט געגעבן בכתב.
איין זאך איז קלאר, אפילו אויב רביה"ק וואלט עס געגעבן בכתב, וואלט דאס אויך אפגעלייקנט געווארן דורך די וועלכע האבן, "צוליב געוויסע סיבות", אנדערע פאליטישע מיינונגען, בפרט אז מערסטנס פון די יעניגע זענען באמת כלל נישט אינטערעסירט אין דעם אמת'ן מיינונג פון רביה"ק, און זיינע ווערטער זענען פאר זיי בכלל נישט מאסגעבנד.
ווי א ריכטיגער חכם הרואה את הנולד, האט דער רבי זי"ע נישט געקענט טון קיין בעסערן שריט ווי דאס, צו פארטרויען צוויי פון זיינע נאנטסטע און פון די באגלייבסטע מענטשן אין סאטמאר (נישט אין סיגוט...) מיט זיין פערזענליע צוואה, און על פי שנים עדים יקום דבר. והראי', אז 95% פון זיינע געטרייע תלמידים וחסידים זענען געבליבן געטריי צו זיין הייליגע צוואה, און נאר די וועלכע זענען קנאפ אינטערעסירט אין די צוואה זיינע, נאר אזוינע [זאגן אז זיי] אנערקענען די פאלשע געטייפטע צוואה.
חכם עדיף מנביא !
דער ענפער איז העטעך פעטעך
באשר דיין שאלה איז געבויט אויף א שקר, דער בלאט האט נישט מבזה געוועהן דעם רבין, עס האט נאר
מבזה געוועהן ענקער באס מיט זיין צייטונג דער יוד באשר די בלאט איז אנגענימען פאר אן ערענסער
צייצונג פיל מיט קוואלעטעט אין דער יוד קוואליטעט הינקט פיל אינטער , מיר האפען אז עס בקרוב
בטל ווערן בייזאם מיט זיין באס
עס האט נאך קיינער נישט אזוי מבזה גוועהן א טאטע אין א רבי וויא בן פראדעל אין נאכשלעפערס אין
פערלשטיין
זאג מיר צי אI ארענטלעכער גוי וועט דאס מאכען צי זיין טאטען, דהיינו ארויפלייגען אן אלטען
קראנקען טאטען אויף א STAGE אזוי וויא די בריונים האבען געטהון ביי די פאלטשע הכתרה דרשה אין
עם צווינגען וכה תדבר ר"ל, אין די רבי איז נעבעך געשטאנען דארט אין די הייך אין ער האט נישט
געוויסט וואס מעוויל פין עם, אין פארוואס מהאט עם אהין געשטעלט אין די קינדער ליידער האבען
געלאזט דעם אלטען טאטען ווערען פארשעמט אויף די באלעמער וויל זיי האבען געוואלט ארויספרעסען
פין רבין בן פראדעלס געשריבענע הכתרה דרשה
אבער סהאט זייער מיס צריקגעקלאפט בן פראדעל וויל יעדער האט געזעהן וואס די אינשיי דלא מעליי
זענען באשטאנד צי טהון פאר אן אלטען קראנקען טאטע ר"ל
הבדלה, ביסט דאך א פאלנער משוגענער (פארדאן מיי לענגוויטש), דו פרעגסט שאלות וואס זענען קיינמאל קיין שאלות נישט געווען. מען האט שוין ברייט ארומגערעדט דערוועגן.
1. יא, דער רבי זאל זיך אויפשטעלן און זאגן וואס? אז רבי אהרן איז דער נעקסטער רבי? אר יו קידינג מי?
2. האסטו טאקע נישט געליינט קיין שום תגובה ביז אהער, וויאזוי מען האט דאס דיסקאסד איינמאל און נאכאמאל אז דער רבי האט דאס געשריבן בכתב, און זיינע געטרייע שטוב מענטשן האבן אוודאי זיכער געמאכט אז די כתבים זאלן מפורסם ווערן תיכף נאך די פטירה, שוטה (סארי, עגעין).
3. דו פרעגסט פארוואס ער האט נישט געבעטן קיין כתב פון רבי'ן? איך האב סאך א גרעסערע פראגע, פארוואס האט ער נישט געבעטן דעם רבי'ן שוין צו רעטייערן און איבערגעבן זיין זיץ פאר ר' אהרן, אזוי וועט דאך נישט זיין קיין ספק פאר קיינעם וואס ער וויל. דא שטייט א פייערדיגער חסיד וואס ווארפט זיך אין די הויזן פאר שרעק, הערנדיג זיין הייליגן רבי'ן רעדן פון נאך די פטירה, וואס ער וויל אפילו נישט טראכטן דערפון. ער קען זיך קוים קאנצענטרירן. בכלל פארשטייט ער נישט קיין ווארט וואס דער רבי רעדט צו אים. האט איינער דען אפילו א הוה אמינא אז ר' אהרן דארף איבערנעמען דעם טאטן? פאר זיינע רעקארדס באשליסט ער אפצושרייבן וואס דער רבי האט אים געזאגט.
4. ווער דער מאנטשעסטער רב איז דארף מען נישט זאגן פאר קיין סאטמארער חסיד. יעדער סאטמארער וואס הערט דעם אויסדרוק ווייסט תיכף אז מען רעדט פון דעם ראחובער רב וואס איז שטארק רעספעקטירט אין די וועלט, און וואס דער רבי זי"ע האט געהאט א שטארקן חביבות און קישור צו אים. ר' געציל בערקאוויטש וואלט נישט געווען אזוי נאמן ווי דער ראחובער רב וואס איז באוואוסט אלס אן אויסערגעווענליכער ירא שמים און צדיק, א איד וואס דינט דעם אויבערשטן מיט א פשטות און תמימות וואס מען זעט גאר זעלטן.
אבער אם אין דעת הבדלה מנין...
תוקן על ידי - געשמאק - 03/05/2006 15:54:06
צוויי זאכן וויל איך דיר זאגן הבדלה
1) רביה"ק זי"ע האט טאקע געזאגט די ווערטער פאר מאנטשעסטער רב
ביי די 83 יאר אבער דעס איז געווען נאר צו מחזק זיין זיינע ווערטער וואס ער
האט געחזערט מיט אונז אלע יארן און עס איז נישט געווען ביי דעם קיין שום
שינו צוואה נאר ער האט אנגהויבן צו שפירן און צי זעהן וואס זיינע מענטשען
ארום ווילן טהון האט ער שנעל מגלה דעת געווען עס זאל זיין על פי שניי עדים
יקום דבר
2) לויט מיין ידיעה האט מען אין סיגוט נישט געשריבן קיין צוואה
רעדנדיג,
1) ווען האסטו דאס געהערט פון רבי'ן פאר די אכציג יאר? און אפילו אויב ער האט עס געזאגט, ער האט דעמאלס נישט געוואוסט וואספארא תכשיט ער פארמאגט. ער האט נישט געהערט די שיינע דרשות (ואשיבה חורפי דבר, לאנגע שארטקאטס, מחוצפים רעדט מען אן אנדער שפראך, וכו' וכו' וכו'), ער האט זיך נישט פארגעשטעלט אז דער בעל דבר וועט אויספויקען אויפן גאס "די טאטע קאלעכט", ער האט נישט געוואוסט אז די אלע געוואלדטאטן אין קרית יואל זענען מיט דעם יעניגען'ס גוטסהייסן. אשר על כן איז זייער מעגליך אז ווען מ'האט אים מיטגעטיילט וואספארא אויבי איש אנשי ביתו ער האט, האט ער שנעל געוואלט ראטעווען די מוסדות פון בעל ויואל משה פון אינטערגאנג און איינגעטיילט די רעביסטעווע.
2) אין סיגעט האט דער יטב לב בחיים חייתו איבערגעגעבן די רבנות פארן קדושת יום טוב. דער קדושת יום האט בחיים חייתו געזאגט בפומבי פאר אלע טובים אז מ'זאל אויפנעמען דעם עצי חיים. דער עצי חיים איז אוועק זייער יונג און נישט געהאט קיין געלעגענהייט צו רעדן וועגן א ממלא מקום. ר' זלמן לייב הי"ד איז אויפגענומען געווארן בלב אחד דורך אלע סיגעטע תושבים וואס האבן אים געוואלט טראץ זיין יונגן עלטער.
דא ביי אונזער פרשה איז אבער דא א טעיפ מפורסם ווי ר' אהרן פרובירט אריינארן דעם טאטן ז"ל ער זאל אים מאכן רב אין וויליאמסבורג. "וואס וועט זיין מיט די ישיבה?" "כ'האב נאך נישט קיין תירוץ פאר אלעמען." LOL
אחת למטה
דער הייליגער קדושת יו"ט מיט זיין הייליגן אייניקל בעל ברך משה זצ"ל האבן ביידע געלאזט צוואה
"בעל פה" פאר די ראשי הקהלה וועם מען זאל אויפנעמען
ביטע זיך האלטן צו די פאקטן
און בנוגע די ניוול וואס דו אין דיינע חברים צייכענען זיך אויס, קען איך דיר נאר זאגן, אז אין
בעלוויו איז דא א ספעציעלער אפטיילונג פאר סעקשועל פרעדעטארס ווי דו און דיינע שותפים הלא הוא
סיני טייטלבוים, יוסף יוחנן לאנדא, מענדל בינער, שמואל ישעי' פריעדמאן, שלום יוסף דייטש,
ובראשם דער מנוול הגדול משה לייב [דער סעפאראטירטער דערווייל נאך נישט גע'גט] דייטש, ועל
צבאם, לו דומי' ... יעקב בער טייטלבוים
און אלץ הלכות גילוי שבשלחן ערוך היידפארק וועל איך ניטאמאל זאגן ווער זיי זענען און אוודאי
נישט וועלעכע ניקס זיי נוצן, און אפילו נישט אויב זיי שרייבן אליין, אדער זאגן פאר אנדערע צו
שרייבן, נאר ווער עס קען זיי, און הערן וואס זיי רעדן אין מקוה, אין קאווע שטיבל און די
ארבעט, דערקענט די ווערטער אויף היידפארק מקור מוצאם
די עיקר שכחתי דרשה איז אבער די בעסטע.
מ'מאכט א ריזיגע הכתרה.
דער רבי איז מורא'דיג העפי... מ'קרוינט זיין זון.
אבער.. ווען ס'קומט צו רעדן.. איז עיקר שכחתי...
דאס איז אויך דא אויף טעיפ.
און דאס צייגט גענוי וואס דער רבי האט געוואלט.
Just For The Record
די מעשה מיט'ן ראחובער רב שליט"א און יבלחט"א רביה"ק זי"ע איז פארגעקומען י' תמוז תשנ"ו. נישט תשנ"ז.
אפאר טעג פארדעם ז' תמוז האט דער ראחובער רב חתונה געמאכט א קינד. זיין מחותן איז געווען כ"ק אדמו"ר רבי אביש מספינקא שליט"א.
אפאר טעג פאר די חתונה זענען די צוויי מחותנים מיט די קינדער אריינגעגאנגען צום רבי'ן. ביי יענע געלעגנהייט האט דער רבי געבעטן דעם ראחובער רב ער זאל זיך צוריקקערן אליינס, ווען ער האט א געלעגנהייט. אלע אנוועזנדע האבן דאס געהערט פון רבי'נס מויל, און דער ספינקער רבי שליט"א זאגט עדות דערויף.
יעצט גייט דער ספינקער רבי שליט"א אויך ווערן א נוא*
אכן נודע הדבר !
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס רביה"ק האט באפוילן פאר רבינו שליט"א ג' פנחס נ"ט צו זאגן אז
"ווער עס טשעפעט משה גבאי איז פונקט ווי מען טשעפעט אים אליין".
מיר האבן גארנישט געוואוסט, אבער ווייזט אויס אז פאר יעדן פאטש און שטויס וואס משה גבאי האט
געכאפט, האט ער געגעבן א שטויס פארן רבי'ן זי"ע ! נישט אומזינסט האט רביה"ק זיך געבעטן אז
"מיר זענען ביידע אין געפאר !!!".
יעדער ווייסט - (ועדותם יענקל כהנא (דעלמאטס) ובערל פר"מ) - אז דער רבי זי"ע האט אויפגענומען רבינו שליט"א פאר רב (הצעיר כדומה) אויף גאנץ סאטמאר
גייענדיג בדרך אבותיו הקדושים
איז געקומען דער בעל דבר אליין און זיך געזעצט אויפן רבי'ן זי"ע משה פרמ וכת דיליה און געהעצט יענם זונטאג א גאנצן טאג דעם רבי'ן
(ווער עס וויל וויסן וויאזוי די שודערליכע פייניגונגען זענען צוגעגאנגען זאל הערן די דוד עקשטיין גוי טעיפ... איך האב עס אמאל געהערט און טרערן איז מיר געקומען מ'הערט משה שרייען אויפן רבין קולי קולות און אברהם ווידער טרייעט צו בארואיגן דעם רבין אז ס'איז שקר און דער רבי בארואיגט זיך אביסל און דער רשע מאכט קולות ווייטער און דער רבי ווערט שרעקליך דערהיצט... )
אזוי האט ער יענעם זונטאג געפייניגט דעם רבי'ן אז ביינאכט ווען די ראשי הקהלה זענען געקומען צו אים מכתיר זיין דעם היינטיגן רבין פאר רב (הצעיר וכדומה) איז דער רבי געווען אינגאנצען צומישט רח"ל און האט נישט געוואוסט וואס צו זאגן דעריבער האט מען געהערט וואס וועט זיין מיט די ישיבה...
צום סוף האט ער געזאגט אז קהל האט א כח פון א בית דין... וד"ל...
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 03/05/2006 23:40:38
עפעס א מעשה דרייט זיך ארום אין שטאט, אז כ"ק אדמו"ר רבי בעריש מספינקא שליט"א פארציילט אז ווען די רבי ז"ל ברך משה
איז געגאנגען מנחם אבל זיין האט ער געפרעגט ווער ס'איז ממלא מקום, האט מען אים געזאגט אז
מ'האט נישט אויסגערופן ביי די לוי', האט ער צוגערופן משה גבאי און געזאגט, "ביי מיין לוי' זאל
מען אויפן פלאץ אויפנעמען ר' אהרן פאר רבי".
איז עס אמת? וואס זאגן די אנדערע ספינקער רעביס?
תוקן על ידי - כל_העולם - 08/05/2006 22:06:29
איינער האט מיר אנגעמערקט א מורא'דיגן פוינט, אז דער רבי ז"ל שרייבט אויף די געפעלשטע צואה,
וואס איז געווען געטייפט, "כותב" וחותם !!!.
נאך א ראי' אויף "דעתו הצלולה".
לפענ"ד איז מאיר שטערן געווען א געוועלדיגע מחוצף פאר'ן רבי'ן, ווי אזוי האט ער זיך נישט געוואגט צי פרעגן דעם רבין בפניו צי ער איז אין קלארן דעת
און נאכדעם זען מיר אונץ ארונים געווען מחוצפים.......
נאך אזאך פארוואס יעדער קען זעהן אז די צואה וואס אהרן מאיר לאבין האט געשריבען פאר רבינו שליט"א איז נשיט אמת.
אין דער איד די וואך אזי דא א "כתב יד" פון רבינו זצ"ל אז די ברך משה באליינגט פאר ליפא, און די בריוו איז אויך תשס"ב א האלב יאר "שפעטער" פון זלמן לייב'ס צואה, איז פארוואס האט רבינו זצ"ל נישט דעריבען די צואה בכתב יד, וואס איז 1000 מאל וויכטיגער ווי ליפא לו ולזרעו אחריו?
ביז_אהער, די מעשה האט פארציילט כ"ק אדמו"ר ר' אביש שליט"א מספינקא פאר'ן דיין ר' געציל בערקאוויטש שליט"א אין קרית יואל, ביי די הספדים אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל.
דאס איז דער זעלבער ספינקער רבי וואס איז אנוועזנד געווען, ווען דער רבי שליט"א האט געזאגט פאר'ן ראחובער רב ער זאל צוריקקומען אליינס, ווייל ער וויל עפעס איבערשמועסן מיט אים.
עס איז געווען ביי די לוי', נישט ביי די ניחום אבלים. דער רבי זי"ע האט געפרעגט פארוואס מען רופט נישט אויס קיין ממלא מקום. ווען מען האט אים מסביר געווען אז מען האט עס נאכנישט מסדר געווען האט דער רבי געזאגט פאר משה: "משה, דו ווייסט דאך גענוי וואס איך וויל. אלזא, ביי מיר זאל מען נישט ווארטן, נאר מען זאל אויסרופן תיכף ביי די לוי' וואס מיין רצון איז, אז ר' אהרן זאל זיין מיין ממלא מקום."
תוקן על ידי - ווארהייט - 08/05/2006 22:17:02