היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אויסגעשפילטער שבת = אויסגעשפילטע הקמת מציבה

אויסגעשפילטער שבת = אויסגעשפילטע הקמת מציבה

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1903895

ווארהייט » 2/5/2006 19:28

דער היסטארישער אויסגעשפילטער שבת פון דעם סיגעטער איז נמשך געווארן דעם מאנטאג ווען דער סיגעטער איז געקומען מאכן אן עקסטערע הקמת המציבה. די זאליס האבן געזאגט פאר פובליק סעיפטי אז זיי גייען ברענגען טויזנטער מענטשן. מען האט דעריבער אנגעגרייט צענדליגער פובליק סעיפטי און סטעיט טרופערס און מען האט אפילו אריינגעברענגט פערדן פון ראקלענד און בערגען קאונטי צו האלטן ארדענונג, און געמאכט סקאנעמאנק פאר א וואן וועי.

צום סוף איז דער סיגעטער אנגעקומען מיט א נישטיגע 200 מענטשן. עס איז געווען חרפות און בושות עד אין סוף. מען האט געברענגט סעקיוריטי צו קאנטראלן די טרעפיק אויף די גראז אין פראנט פון בית החיים, וואו מען האט ערווארטעט שווערע הונדערטער קארס. אבער ווער? וואו? וואס? ממש א חוזק. די פערדן זענען געבליבן אין זייערע טראקס, ווייל מען האט זיי נישט געדארפט נוצן.

איין זאך וואס דער סיגעטער האט יא געהאט מער ווי דעם רבי'ן שליט"א איז געווען לעלוס. מי שלא ראה מאטארקעיד זו לא ראה מאטארקעיד מימיו. דער סיגעטער איז געקומען צו פארן מיט א ריזיגע מאטארקעיד פון 13 עס. יו. ווי.'ס (כ'מיין צו זאגן ווי. יו. עס. די קאר וואס דער סיגעטער האט גע'אסר'ט צו נוצן) עס האט געבליצט לייטס פון אלע זייטן, פון אויבן ביז אונטן, אזש אז מען האט געקענט בלינד ווערן. אלע קליינע קינדערלעך אין חדר האבן מקנא געווען דעם סיגעטער אז ער האט אזעלכע שיינע לעלוס וואס אונזער רבי שליט"א האט דאס נעבעך נישט.

אפאר שעה דערויף איז פארגעקומען די אפיציעלע הקמת המציבה, במעמד כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, עס איז זיך אנגעלאפן אן עולם ממש נישט צום גלייבן. סאטמאר האט נישט געמאכט קיין שום פאמפע (אנדערש ווי די זאליס וואס האבן יא געפאמפעט מיט צעטלען און פלאקאטן) אבער פונדעסטוועגן איז געקומען אזא ריזיגער ציבור אז אפילו מיט די אלע פובליק סעיפטי, סטעיט טרופערס, שעריף און פערדן האט מען זיך נישט געקענט קיין עצה געבן.

ווידעראמאל האט זיך איבערצייגט פאר יעדן איינעם ווער עס איז דער אמת'ער סאטמארער רבי און ווער עס פארמאגט דעם ציבור סאטמארער אידן!

ווארהייט » 2/5/2006 19:32

ביים הקמת המציבה פון סיגעטער
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:35

משה לייב וויטריאל מיט'ן גרויסן פאבליק סעיפטי קאמאנד צענטער בלייבט אן קיין שטאך ארבעט
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:38

דער עולם
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:42

בלויז אפאר שעה שפעטער, ביי די אפיציעלע הקמת המציבה פון סאטמאר. מען קען זיך נישט רירן ביים ביה"ח
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:43

עס טוט זיך א געבעקעכץ און געפארעכץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:46

פול מיט קארס און באסעס
[בילד – נישט אפגעהיט]

willi_boy » 2/5/2006 19:48

רבינו שליט"א ביים אריין גיין אין קאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 19:50

טייל פון ריזיגן ציבור ביים הקמת המציבה אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 20:08

מענטשן שטופן זיך אריינצוגיין אין אוהל
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 20:11

דער שטארקער געדרענג ארום דעם אוהל. מענטשן שטופן זיך אריינצוקוקן דורך די פענסטער. בעריקעידס האלטן צוריק די מענטשן פון קריכן אויף די מציבות.
[בילד – נישט אפגעהיט]

ווארהייט » 2/5/2006 20:13

פאליציי מיט פערד דארף האלטן ארדענונג צוריקצוהאלטן די מאסן
[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 2/5/2006 21:35

דאס איז די איינציגסטע בילד פון הקמת מצבה פון די סיגוטער וואס זיי האבן געלייגט אויף זייער פורם, מ' זעט אז עס איז "געפאקט" מיט בחורים.
[בילד – נישט אפגעהיט]

            

סימןטוב » 2/5/2006 22:12

דער "ריזיגער" עולם ביים סיגעטער הקמת המציבה.
[בילד – נישט אפגעהיט]

סימןטוב » 3/5/2006 22:25

ווער איז דאס?
[בילד – נישט אפגעהיט]

פאקטיש » 3/5/2006 22:42

סימן טוב דאס איז דאך אונזער אלעמען באוואוסטער און באליבטער, ב'חן'טער, לעכטיגער קיטשי וואלי, ערשטע קאזין מיט פראדלזאהן אה, סארא לעכטיגן פנים, כמעט ווי זיין רעבע שעליטע

willi_boy » 4/5/2006 22:57

א שבת נישט צי פארגעסן, א טייל פון דעם ריזיגן עולם אין די טענט,
[בילד – נישט אפגעהיט]

מבני_בניו » 4/5/2006 23:11