טרערן זענען געפלאסן פון די אויגן פונעם ריזיגן ציבור וואס האט זיך באטייליגט ביי די דרשות אין ביהמ"ד היינט נאכט ווען דער רבי שליט"א האט פארציילט אביסל איבער די גרויסע צדקות פון זיין הייליגן טאטן.
עס שטיקט מיר פון טרערן ווען איך שרייב די שורות, ווען איך טראכט אריין וואספארא גרויסער צדיק מיר האבן געהאט מיט אונז, אבער איך האב נישט געהאט די שכל זיך מער מוסר נפש צו זיין (אין די לעצטע יארן ווען מען האט שוין נישט אריינגעלאזט געהעריג דעם היימישן עולם) זיך אריינצוכאפן מיט א קוויטל צו אים.
באזונדער איז א ווייטאג אז מיר האבן זיך אלע געלאזט פארפירן פון אונזערע שונאים וועלכע האבן אונז איינגערעדט די אלע יארן אז דער רבי זי"ע איז א ריזיגער מיליאנער, אז ער האט אוועקגעלייגט ריזיגע אוצרות אין שווייצער בענק וכדו', ווען דאס אלעס איז געווען שקר וכזב. דאס אלעס זענען געווען פאלנע ליגנטס, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעדעקט, אז דער הייליגער רבי זי"ע האט אוועקגעטיילט די וועידזש וואס ער האט באקומען פון קהל פאר צדקה, און ס'איז קוים איבערגעבליבן פאר אים און פאר די קינדער און אייניקלעך, וועמען דער רבי פלעגט אויסהאלטן.