היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » דוד'ל באווייזט שוין ווידער קונצן

דוד'ל באווייזט שוין ווידער קונצן

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1902810

קרעמער » 1/5/2006 23:59

דער קונצלער דוד בלעין, א תלמיד מובהק פון דזשערי הודיני דער (אידישער) קונצלער וועלכער האט איבערראשט די וועלט אין די זעכציגער און זיבעציגער יארן, וועט היינט באווייזן א נייע קונץ, ווען ער וועט זיך אריינלייגן אין א שאכטל וואסער אויף זיבן טאג, אטעמענדיג דורך די מויל פון אן אקסידזשען טאנק.

איר קענט גיין כאפן א בליק אויף אים אין לינקאלן צענטער, עס איז די ערשטע "מענטשליכע אקוואריום" אין ניו יארק...

צווישן זיינע פריערדיגע קונצן רעכענן זיך: זיין באגראבן אונטער די ערד אין א דורכזיכטיגע קבר פאר א לאנגע צייט, ליגן צווישן צוויי שטיקער אייז פאר א לענגערע צייט אפשניט (אלעס אין ניו יארק סיטי), און ליגן אין א קאנטעינער העכער דעם טעימס טייך אין לאנדאן.

פאר מער אינפארמאציע, קליקט דא.
http://1010wins.com/pages/30811.php

קרעמער » 9/5/2006 06:44

איי איי דוד'ל, מיר שפירן דיין ווייטאג... עס איז דיר נעבעך נישט געלונגען צו ענדיגן דעם שאו שפיל מיט ברעכן דעם רעקארד פון אן איינגעהאלטענעם אטעם.

נאך זיבן מינוט האט מען דיר נעבעך געמוזט ארויסשלעפן... נעבעך נעבעך... וואס וועט זיין? וועסטו נאך אמאל אונטערנעמען אזא וואנזיניגע אומזיניגע אקציע פאר דיין עגא?

משנה_למלך » 10/5/2006 04:21

וואו, אזא אינטערעסאנטער משוגענער. וואו וואו.

נעבעך אפגעשטארבן דארט אין וואסער אזוי אינג.
צי הייסט ער א מאבד עצמו לדעת ?

קרעמער לייג א בילד פון די " הומען אקוואריום" ביטע.

זשאסט קיוריאוס, וויאזוי האט ער געגעסן און געגאנגען מענטשליכע געברויכן ?