פאר סאטמאר גייט גאנץ ווייניג אן וועלכע פאליטישאן עס באזוכט אונז יא אדער נישט (כאטשיג רוב פאליטישאנס, אריינגערעכנט פאטאקי, קלינטאן, שומער און טאמפסאן, זענען געקומען צום רבי'ן שליט"א פאר זיי זענען געגאנגען צום סיגעטער, וויבאלד זיי האבן אנערקענט אז ער איז דער גרעסטער סאטמארער רבי) אבער פאר א פאליטישאן איז עס א שטארקער פראבלעם אויב ער מישט זיך אריין אין א פריוואטן סכסוך און נעמט א צד, עס ברענגט אים שלעכטע פובליסיטי אין די מידיא, און בעיקר, א פאליטישאן וואס לויפט פאר א גרויסן אמט ציטערט אלעמאל אז ער וועט פארלירן אפאר שטימען, אויב טשעפעט ער איין קאמיוניטי.
דעריבער איז שפיצער געווען שרעקליך גערעגט און אנטוישט, ווען ער איז געוואר געווארן וואספארא שטיקל דער משוגענער נידערמאן האט אים אפגעטאן, צוליב נידערמאנ'ס פריוואטער פאליטיק. נידערמאן האט נעכטן באקומען א שארפן מעסעדזש פון שפיצער'ס אפיס, אז נאך איינמאל ער מישט אריין דעם גאווערנאר קאנדידאט אין א פריוואטן סכסוך, קען ער פארגעסן פון שפיצער'ס נאמבער.
ווי דער "דעילי ניוס" שרייבט היינט האבן נעכטן נאכט די שפיצער חברה איבערגעדרייט וועלטן אז שפיצער זאל קענען רופן דעם רבי'ן שליט"א אויפ'ן טעלעפאן און אזוי מאכן די ניחום אבלים, אבער דער רבי שליט"א איז געווען פארנומען מיט'ן אויפנעמען גרויסע רבנים און האט נישט געהאט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט די פאליטישע שטותים, צוליב די בובו וואס איין וואנזיניגער נידערמאן האט אנגעמאכט פאר א פאליטישאן.
נידערמאן איז יעצט שרעקליך צורודערט און שיקט מעסעדזשעס פאר שפיצער אז נישט ער איז געווען דער וואס האט אנגעמאכט די שטינק, נאר די שטוב מענטשן פונעם סיגעטער, און אז ווען שפיצער וואלט אים ווען געפרעגט וואלט ער אים ווען געזאגט דעם אמת. בקיצור ס'איז לעבעדיג אויף טישן און אויף בענק.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען נוצט א גרויסן פאליטישאן אלס א שטעקן קעגן א צווייטן איד.
עליאט ספיצער אנערקענט נאר ר' זלמן לייב טייטלבוים פאר סאטמאר רבי און נישט ר' אהרן טייטלבוים