אין די וואך זינט דער רבי זי"ע איז נפטר געווארן, האבן א רייע אנשים מכובדים אין סאטמאר אפגעהאקט מיט די זאליס און אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א.
ביטע דאס דיסקוסירן אין דעם אשכול.
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויכטיגע פיגורן וואס האבן אפגעהאקט מיט די זאליס
וויכטיגע פיגורן וואס האבן אפגעהאקט מיט די זאליס
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1901827
בראש וראשון איז הרב שלמה זלמן שטיין הי"ו, גבאי נאמן של מרן רביה"ק הכ"מ זי"ע, וואס האט ביז פרייטאג הארט פאר'ן זמן זיך געדרייט אינעם דירה פון רביה"ק זי"ע, אבער נאכ'ן זמן איז ער אריבערגעקומען אין טענט, און במשך דעם גאנצן שבת האט ער מער נישט איבערגעלאזט דעם רבי'ן שליט"א. ער האט באדינט דעם רבי'ן שליט"א מיט אזא געטריישאפט וואס איז באוואונדערט געווארן דורכ'ן ציבור.
נאסטאלגישע געפילן איז ארויפגעקומען ביי יעדן איינעם ווען מען האט געזען ר' שלמה זלמן אויפ'ן טיש ביים טיילן שיריים. עס האט דערמאנט פאר יעדן איינעם די גוטע צייטן ביים רבי'ן זי"ע.
נאסטאלגישע געפילן איז ארויפגעקומען ביי יעדן איינעם ווען מען האט געזען ר' שלמה זלמן אויפ'ן טיש ביים טיילן שיריים. עס האט דערמאנט פאר יעדן איינעם די גוטע צייטן ביים רבי'ן זי"ע.
א צווייטער איז דער אנדערער געטרייער גבאי, הרב שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט דעם רבי'ן זי"ע'ס הויז און אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א, וואו ער האט זיך מתבטל געווען פאר'ן רבי'ן און מקבל מרות געווען, און דערנאך נישט אפגעטרעטן פונעם רבי'ן די גאנצע צייט.
הרב שמואל הכהן האט געשריבן קוויטלעך פאר די צענדליגער טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען צום רבי'ן ביי די שבעה, דערמאנענדיג דעם עולם די גליקליכע טעג וואס בית רבינו איז געווען פתוח פאר חסידי סאטמאר בכל מקומות שהם, ווען ר' שמואל הכהן איז געזיצן אויף די זעלבע פאזיציע און געשריבן קוויטלעך.