נאכ'ן שיקן 911 מעסעדזשעס, מאכן צענדליגער קאלס, צוזאמרופן די גאנצע וועלט און מאכן דעם גרעסטן טראסק וואס מעגליך האט דער סיגעטער געהאט א נארישע קליינע טיש אויף א קליינע חלק פון די ראדני בית המדרש. ווידעראום דער טענט איז געווען צו קליין צו קענען אריינעמען אזא ריזיגן ציבור אידן. עס זענען געווען ריזיגע פארענטשעס, פילע שטאקן הויך, א ריזיגער שטח, אבער פונדעסטוועגן זענען מענטשן געשטאנען צודרוקט ווי אין א סארדינס קען.
די שמועס אין גאס איבעראל איז אז "ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א) האט איינגענומען סאטמאר מיט א שטורעם," "ער האט געוואונען די מלחמה אן קיין איין שאס", "איבער 65 פראצענט סאטמאר איז געגאנגען מיט ר' אהר'נען."
אפילו די אפטימיסטישסטע סאטמארע חסידים זענען אין שאק און קענען זיך אליינס נישט גלייבן ווי דער גאנצער עולם האט זיך אונטערגעווארפן אונטער'ן רבי'ן שליט"א, און דער סיגעטער האט נישט געקענט צוזאמשלעפן אפילו האלב אזויפיל חסידים ווי דעם רבי'נס חסידים.
דער שבת וועט בלייבן די טעמע אין די חסידישע וועלט פאר א לאנגע צייט, אבער וואס עס וועט פארבלייבן א שטוינענדע חידה פאר א לאנגע צייט איז פארוואס דער סיגעטער האט אזוי מיאוס אפּגעפוטשט דעם ערשטן שבת זיינעם אלס "רעבע" און וויאזוי עס האט געקענט זיין אז ער האט געליטן אזעלכע מיאוס'ע בזיונות אין זיין ערשטן וואך אויף די "קיסע האראבאנעס"