היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבינו שליט"א וויל נישט דאס נשיאות פון התאחדות הרבנים !

רבינו שליט"א וויל נישט דאס נשיאות פון התאחדות הרבנים !

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1900735

בא_ללמד » 30/4/2006 04:38

פאריגע וואך זענען ארויפגעקומען צו רבינו שליט"א דער פריימאנער רב, דער גאלאנטער רב, און ר' הלל וויינבערגער, און אנגעטראגן פארן רבי'ן דאס נשיאות פון התאחדות הרבנים.

רבינו שליט"א האט זיי געענטפערט, "איר קענט עס רואיג געבן פאר מיין ברודער" !

ווען א שאקירטער ר' הלל וויינבערגער האט זיך פרובירט צו טענה'ן, האט אים רבינו שליט"א געזאגט, "די התאחדות הרבנים איז א ביזנעס פון איצא גליק, און איך האלט נישט ביים זיין קיין שותף אין איצא גליק'ס ביזנעס" !!!

עכטע_נייעס » 30/4/2006 04:57

נאכדעם וואס זיי האבן שטארק געבעטן האט כ"ק רבינו שליט"א געזאגט ער וועט עס איבער טראכטן

גל_עיני » 30/4/2006 05:12

אויב די מעשה איז אמת דען גיי איך מיט א קויטיל צו אים, אז סי איז שוין דא א רבי וואס זאגט בריש תצות דעם אמת וועגען התאחדות הרבנים וואס יעדער וויסט שוין א לאנגע צייט און משום מה האט יעדער מורא און לאזעט איצו גליק טועהן וואס ער ויל איז ער א אמתער רבי ביי מיר

ווארהייט » 30/4/2006 09:19

האפנטליך וועט דער סיגעטער טאקע באקומען די טיטול-אן-א-מיטל "נוסי", אזוי אז די היסאכדעס זאל שוין איינמאל פאר אלעמאל אנערקענט ווערן דורך יעדן איינעם אלס אן אומרעלעוואנטע ארגאניזאציע.

feineryid » 30/4/2006 12:46

עס וואלט אפשר געוועהן א גיטע זאך ווען די רבי שליטא שטעלט אויף אן אייגענע ארגענעזאציא פין אינזערע רבנים וואס האבן דרך ארץ פאר כבוד תורתו אין אפשר קען מען זיך באגיין היינט אנע רבנישע ארגענעזאציא באשר איינע פין די סיבות וואס רבינו האט געגרינדעט די היתאחדות , באשר דער עולם איז געוועהן א קליינער אין סאיז געוועהן א סאך מינימלעך צישפרייט אין שטאט אין די רבי האט נישט געוואלט אז די רבנים זאלען זיין לירעות בשדי אחרים וד"ל אבער היינט דארף מוה ר אהרן בכלל נישט אנקימען צי זיי, אין אינזער עולם וואס ציילט אין די הוכע טויזענטערס כן ירבו אין אויך האבען מיר אין אינזער קרייז רבנים תלמדיי חכמים גדולים" במילא קען מען זיך אפשר באגיין אנא ארגענעזאציא?