איין זאך וואס איך וועל זאגן ביי די טיש ביי כ"ק רבינו שליט"א און טענעט איז געווען אזא עולם וואס ווער עס איז דארט געווען געדענקט נישט און די סאטמארע היסטאריע אזא עולם
גרעסטע טיש און סאטמארע היסטאריע
צווישען איבער 300 טישן וואס איך בין געווען אין סאטמאר קען איך זאגן אין מיין לעבן האב איך נאך אזאונס נישט געזעהן !
משה פריעדמאן הזאת נעמי ? די האסט געשריגן פאר מרן רבינו הגה"ק שליט"א 7 יאר צוריק איך געב דיר 5 יאר אין קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט אפשר האט זיך יעדער געשטיפט נאך 7 יאר צוקוקען ווער ער איז?
די האסט געזאגט ער וועט אויסזעהן ווי [הרבנית הצדיקת] אלטא פיגא ע"ה האט זי טאקע אזא כבוד אין גן עדן ?
א וויזניצער חסיד זאגט מיר זיין רבי ווארט גאדענער גליקן פרעג איך אים פארוואס זאגט ער מיר ווייל משה פריעדמאן האט געזאגט אז מרן רבינו הגה"ק שליט"א גייט אויסזעהן ווי אים !!!!
טייערע אידן!
ס'איז נישטא פשוט קיין ווערטער צו באשרייבן דעם הערליכען שבת וואס האט מאחד געווען אזויפיל אידן תחת דגלו פון רביה"ק בעל ויואל משה זצ"ל און רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל ולהבחל"ח ממלא מקומם וממשיך דרכם רבינו הגה"ק שליט"א
אשרי עין ראתה כל אלה!
די טויזענטר אידן צונויף געפרעסט אינעם אוהל כאיש אחד בלב אחד מיט איין מטרה ממשיך צו זיין דעם דרך אבותינו ורבותינו הקדושים,
אשרי עין ראתה כל אלה!
די ווארימע הארציגע תפילות במהקלות רבבות עמך בית ישראל,
אשרי עין ראתה כל אלה!
די הערליכע טישן וואס האט אריינגעבלאזן אן התחזקות און שטראל פון האפענונג אין אונזער דור יתום,
אזא שבת וואס אידן געדענקן איז אין סאטמאר נאך נישט געווען!
ס'האט געפילט מעין די ימים נוראים, מעין די הקפות שמח"ת,
ס'איז געווען מעין עולם הבא!
די גליקליכע אידן מיט די צאן קדשים וואס האבן דאס בייגעוואוינט וועלן דאס
געדענקן לדורות!
דעם הרגש איז שווער אראפצושרייבן,
נחמו נחמו שלומי אמוני ישראל!
בריך רחמנא דיהבינא דער אייבישטער פארלאזט אונז נישט,
דער רבי שליט"א וועט אונז פירן אנטקעגן משיח צדקינו בב"א.
דער שענסטער בילד פונעם שבת איז געווען די באגלייטן ביים זמן מוצ"ש. עס איז געווען א שטילע באגלייטן אן זינגען, צוליב די שבעה, אבער די מאסן מענטשן וואס האבן געשטראמט איז געווען אין לשער. א בילד וואס די חסידישע וועלט האט נאכנישט געזען
וויליאמסבורג האט נאכנישט געזען אירע גאסן אזוי שווארץ. אלע גאסן פונעם טענט ביז צו רבי'נס הויז אויף יוז סטריט זענען געווען לאודעד מיט מענטשן. די פאליציי האט ב"ה זייער פריינטליך קאאפערירט, און אפגעשפארט אלע ארומיגע גאסן פאר קארס.
די אינטערעסאנטסטע חלק פון די מעשה איז: דער רב שליט"א איז שוין לאנג געווען אינדערהיים אויף יוז, און דער עולם האט נאך געהאלטן אינמיטן ארויסשטראמען פונעם טענט אויפ'ן וועג צום רבי'נס הויז.
עס איז געווען זייער אינטערסאנט וויאזוי דער רבי שליט"א איז געווארן א וועלטס רבי איבערנאכט. איך רעד נישט פון מענטשן, נאר פון דעם וועג וויאזוי ער האט געפירט טיש, וויאזוי ער האט געזינגען די זמירות און וויאזוי ער האט געזאגט די תורה.
ער האט זיך אויפגעפירט דעם שבת כאילו ער איז שוין רבי 10 יאר. מען האט געקענט זען אז "ער איז געבוירן געווארן צו זיין רבי" (ווי דער רבי זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים)
Shamos:
:*:namespace prefix = st1 />
Younger brother
http://vosizneias.blogspot.com/2006/04/williamsburg-brooklyn-dueling-sons-of.html
At
In your face all you satmar heater's the sabbos went by peacefully despite your appetite for violence
Shamos:
פארוואס איז אזוי שטיל געווען, ווען נישט לאנג צוריק האט מען אזאנס נישט געקענט גלייבן
Shamos:
At
I'm just curious who this "inmyhumbleopinion" is. The comment you said doesnt sound very humble to me
תוקן על ידי - כל_העולם - 30/04/2006 18:34:32איך בין געוועהן ביי ביידע רשכבה"גס פרייטאג אויף די נאכט בשעתן דאווענען. איך שטעל מיך נישט פאהר, איך מאך נישט קיין השערות און אויך נישט קיין גזמאות. איך האב געציילט קעפ און דאס זענען די ציפערען.
אין די טענט זענען געוועהן בערך 3200 מענטשען. 100 מענטשען אויף א שטאק פארענטשעס לענגאויס לי עוו. 8 שטאק פארענטשעס אויף די צוויי זייטען (100X16 = 1600). קעגן איבער די אויבענאן זענען געשטאנען א ערך פין 50 מענטשען פער שטאק (50X8 = 400). קומט אויס אויף די פארענטשעס זענען געשטאנען אלעס צוזאמען 2000. אין די חלל זענען געשטאנען בערך 800 מענטשען און אינדערויסען זענען געזעצען אויף אויפגעשטעלטע טישען און ווי אויך געשטאנען צווישען 300 און פיר הונדרעט. נמצא, אז ס'איז געוועהן בערך 3200 מענטשען אין טענט.
אין ראדני זענענן געוועהן לערך 1750 מענטשען. פארענטשעס זענען נישט געוועהן חוץ אויף מעריב וואנט. די פארענטשעס זענען געוועהן אנגעפילט רוב מיט קינדער און בכלל איז נאר געוועהן 75 פלעצער אויף די פארענטשעס. עס איז געוועהן שמעלערע טישען און בענק דורעך אויס די גאנצע שיהל. אויף יעדע טיש פיט בערך פינעף מענטשען. רוב טישען האבען אבער פין גרויס געדרענג געהאט זיבען חסידים. עס זענען געוועהן בערך 240 טישען אין בית המדרש (240X7 = 1680). מער ווי די טישען אין די מערביותדיגע פארענטשעס איז נישט געוועהן אנגעגרייט. נמצא אז אין ראדני איז געוועהן אן ערך פין 1750 מענטשען.
אהיים שפאצירענדיג האב איך געטראכט: איך פארשטיי נישט די אהרונים, זיי ווילען זיכער נישט ראדני צו דאווענען אדער פירען דארט טישען. זיי פיטען דאך דארט קיינמאל נישט אריין.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
At 12:12 PM, Anonymous said…
ס'איז געווען 40 רייעס בענק פון די אויון אן ביז די פארענטשעס קעגן איבער
ס'איז געווען 40 מענטשן אויף איין רייע 20 אויף איין זייט פון די טיש אינדערמיט און 20 אויף די אנדער זייט
איז
40*40=1600 + די מיטעלסטע טיש האלט איך איז געווען 75 אויף איין זייט איז 75+75=150 1600+150=1750 איז 1750 מענטשן אינדער מיט זיטצן
די פארענטשס וועל איך זאגן אזוי ווי די 100 אויף איין זייט איז 1600 + 250 אויף די פארענטש קעגן די אויון און + 250 אויף די אויון און 1600+500=2100 2100+1750=3850 איז 3850 מענטשן געהאט א פלאטץ
יעצט לייג צו +++ די אלע שטייערס און טענט און די אלע שטייערס און דרויסן פון טענט
שרייבסט:
אין די טענט .. 100 מענטשען אויף א שטאק פארענטשעס לענגאויס לי עוו.
אין ראדני .. פארענטשעס זענען נישט געוועהן חוץ אויף "מעריב" וואנט. די פארענטשעס זענען געוועהן אנגעפילט רוב מיט קינדער און בכלל איז נאר געוועהן "75 פלעצער" אויף די פארענטשעס.
איך בין נאר מעיר: איז געווען די פארענטשעס לענגאויס ליע עוו. (און דאס זעלבע ביי בעדפארד) "נאר" מיט 25 מער פלעצער ווי אין ראדני אויף מערב זייט?
~~~~~~~~
אין ראדני.. עס איז געוועהן שמעלערע טישען און בענק דורעך אויס די גאנצע שיהל. אויף יעדע טיש פיט בערך פינעף מענטשען.
איך בין נאר מעיר: אין טענט איז "בכלל נישט געווען קיין טישן" נאר בענק (חוץ אינמיטן די גאנצע לענג) דו שאצט אינמיטן נאר אויף 800 מענטשן?
ולא באתי רק להעיר. תוקן על ידי - אומדירעקט - 30/04/2006 20:13:52
פארשטייט זיך דער עולם איז געווען צושטיפט סיי אויף די בענק סיי אויף די פארענטשעס
דאס מאכט מיר שאצן אז אויף די זיטץ פלעטצער איז געווען אריין געשטיפט א גיטע 5000
און שטייערס האלט איך איז געווען א גיטע 3000 מענטשן
דאס הייסט גיטע 8000 מענטשן בליע"ה תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 30/04/2006 20:43:04
ביסטו נאריש? אדער סתם דו קאלעכסט?
800 מענטשן אין חלל, WHAT A JOKE,
קוטשמע, די ברענטשעס האבן פארנומען בערך א פופטל פון דעם שאטער,
וואס איז געווען 16000 סקווער פיס, (160X100)
אויב איז געווען 100 מענטשן אין די לענג פון די ברענטשעס, וואס שטומט כמעט מיט מיין חשבון,
(לויט מיין חשבון זענען געווען 120 מענטשן),
און אין די ברייט איז געווען 50, (לויט מיין חשבון איז געווען 65),
דאן איז דאך קלאר אז אין חלל איז געווען לכל הפחות פלאץ פאר 50 ביי 100 מענטשן,
דאס איז אויסער די איבער 25 פוס פון כותל המזרח ביז ווי די ברענטשעס האבן זיך אנגעהויבן,
און דאס איז אויף די גאנצע 100 פוס ברייט,
אלזא קוטשמע זיסער, די וועפסט געהעריג,
אין שאטער זענען געווען צעווישן 8000 און 10000 מענטשן,
אויסער די וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, אויף אלע זייטן, ווייל עס איז נישט געווען קיין פלאץ אינעווייניג,
אין ראדני זענען געווען........
I HAVE NO IDEA,
ווייל איך בין נישט דארט געווען,
BECAUSE I REALLY D'ONT CARE
נאר פון זייער שעלטן און שימפען, זעט אויס אז ס'איז געווען א מעכטיגער דורעכפאל...
וועגן וויפיל מענטשן ס'איז געווען שאטץ איך איבער 10,000
Although there was no resolution to the conflict over which of two brothers vying for control of the Hasidic sect would lead it in to the future, the threat of violence diminished as more than 1,000 members, who had come to the city for a fight, returned home.
The out-of-towners are followers of Orange County-based Aaron Teitelbaum, the eldest son of Grand Rebbe Moses Teitelbaum, who died Monday.
Backers of younger brother Zalman Teitelbaum, whose synagogue is in Williamsburg, declared a victory of sorts yesterday, as Aaron's people left in buses.
יעדער וואס האט געהערט די תורה פרייטיג צו נאכט'ס וויאזוי דער רבי האט געזאגט אז רביה"ק זי"ע הכ"מ ווייל ער האט משפיע געווען פארן דור האט ער זיכער באקומען רשות אראפצוקומען, און אז ביי נקדישך ווען ער האט געזאגט "כנועם שיח סוד שרפי קודש", האט ער געטראכט אז דעס מיינט רביה"ק וואס איז אראפגעקומען צו זיין מיט אונז. סאיז נישטא די ווערטער צו שרייבן די געפילן פון דעמאלץ.
אבער ביי די זאליס האט מען שוין שבת צופרי "געוואוסט" אין גאנץ ראדני אז רבינו שליט"א האט געזאגט אז "ער האט געזען דעם טאטן"...
גיי ווענד זיי אפ...
(פרעגענדיג א ארוניסט א חסיד פין טענט, פארוואס שבת צופרי איז דער טענט געווען גאנץ שיטערדיג, סאך א קלענערע עולם ווי אין גרויס בית מדרש אויף ראדני?
האט ער מיר געענפערט, אז איך דארף צי פארשטיין, אז סאיז נישטא דארט קיין עיר קאנדישען, אין סאיז נישט אזוי "באקוועמט ציגעשטעלט"...
ביים טיש איז געווען זייער רחבותדיג אויסגעשטעלט, מיט ברייט פלאץ פאר יעדעם, היימישע אין פיל פרעמדע, קיינער האט זיך נישט געדארפט שטיפען אדער צעדריקען צי שטיין ווי מהאט נאר געוואלט, איז יעדער געקימען, היימישע אין פרעמדע
אינדערפרי איז שוין אנדערשט, קיינער גייט נישט גיין שטיין אויף פארענטשעס....
אויך האב איך געפרעגט פארוואס זיי האבען ביים טיש נישט אנגעגרייט געניג זיץ פלעצער אזוי ווי ראדני האט יא ציגעגרייט אפאר טויזענט זיץ פלעצער אויסער די פארענטשעס, ער מיר געזאגט אז איך דארף פארשטיין, ווען מלייגט מענטשן נאר אויף פארענטשעס, צייגט עס סאך מער, די זיצעדיגע מענטשען באמערקט מען נישט...
אבער אינטערעסאנט אז אסאך אינגעלייט האבען זיך אראפגעזעצט אויף די פארענטשעס ביים טיש...
ווי גיט זיינע תירוצים זענען איז נישט אינערעסאנט, דאס איז געווען זייער אינטערעסאנט ווי באקוועמט די ארוניס מיזען זיין צי קענען עפעס מיטהאלטען,
זיי האלטען אין איין יך אויפטין אז זיי זענען "זשיהאד" שאהידן אין מיליטאנטען ממש וו די מוסולמענערס,
אבער ווען סקימט צי זייער אייגענע באקוועמטליכקייט, זענען זיי פשוטע באקוועמטע ארוניס... שטעלסט נישט צי זייער פינקטליכע קאמעדעישאנס, איז ער נישטא...)
די תגובה באלאנגט אינעם אשכול פון ליצנותא דע"ז ביי ענקער פורום וד"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]
טיילווייזער בילד פון די אלופי אלפי ישראל ביי איינע פון די הייליגע טישן פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שאטער הענקי פארגאנגענעם שב"ק. בילד געכאפט געווארן דורך אן אינו-יהודי, א רעפארטער פון איינע פון די ניו יארקער צייטונגען.
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס ווערט אויך געזען הרה"ח רבי שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א לאנגיעריגער געטרייער משמש בקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע און הרה"ג רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ סאטמאר-וויליאמסבורג, וועלכער האט געהאט די זכי' צו זיין די פערזענליכע חברותא און תורה-שרייבער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע אין לויף פון 17 יאר!
[בילד – נישט אפגעהיט]
יישר כח פאר די הערליכער בילד
ביטע ווייז אן פארן ציבור ווי מ'קען באקומען די און נאך אזעלעכע בילדער.
ראדני
ביהמד
http://tinyurl.com/qhy9l
שאטער הענקי
http://tinyurl.com/lqmne
Similar zoom level
תוקן על ידי - Ahroiny - 01/05/2006 7:55:06
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער ריזיגער ציבור בליעה"ר
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
wow די פיקטשער'ס איז טאקע מעכטיג, מ'זעהט ווי דער עולם איז גיט צוקוועטש, ס'מיז זיין אז און די 16,000 סקווער פיס פון די טענעט, איז זיכער אריין מער ווי 10,000 מענטשן.
די פיקטשער'ס דערמאנט מיר פון די מעכטיגע שבת.
א נייע אפשאצונג לגבי די מחלוקה
נאכען אנאלעזירען דעם עולם אין וומסב"ג די לעצטע פאר וואכן, זייט די הסתלכות פין רבינו זי"ע הכ"מ
האבן די עקספערטען וואס פארשטייען ווי אזוי אפצישאצען א עולם, געקימען צי די מסקנה
אז דער סיגטער קהלה איז היינט ציטאגס
די דריטע גרעסטע קהלה אין וומסב"ג
די ערשטע איז די סאטמערע קהלה, די גרעסטע אין וומסב"ג
די צווייטע איז פאפע קהלה , זיי זענען די צווייט גרעסטע {הגם די מרחק צווישען די ערשטע אין די צווייטע איז זייער זייער ווייט}
די דריטע איז סיגוט
יש מן דאומרים אז זיי זענענן גאר די פערדע אויף די רייע,
אבער עס איז געבליבען אז ניין, זיי באלאנגען יא אויפן דריטען ארט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1917462
דער איד'ס עדיטאריעל'ס פון די לעצטע צוויי וואכן איז די בעסטע באריכט פון די שיינע שבתים בצל הקודש...
און דער פאקט אז קיין איין איינציגער סאטמארער רעדט נישט בכלל פונעם סיגוטער ווייזט קלאר ווי שטארק די סיגוטע קללות זענען עושה רושם, און ווי שטארק ענטואיזטיש אינזער עולם איז...
אבער איין זאך בריינגט מיר ציא טראכטין אז דיא אלע אלטע מחלוקותי'ן וואס ס'איז גיוועהין
און דיא פריערדיגער דור מיט דיא מחלוקתי'ן צווישין דיא חרדישע קרייזין, איז גיוועהן לשם שמים
פונק ויא דיא מחלוקת צווישען דיא אהרונים מיט דיא זאלונים
אויב דאס איז לשם שמים איז דיא אלטע מחלוקת אויכעט לשם שמים
און אויב דאס מיינט נאר נישט לשם שמים, איז דיא אלע אלטע מחלוקתי'ן אויך נישט גיוועהן לשם שמים
דאס ברענגט מיר ציא טראכטין דער היינטיגער מצב און יהדות החרדית בכלל און אין סאטמער בפרט
איבעראהל מחלוקת ברודער מיט ברודער
פאר וואס זאל איך נישט ציא שטעהלן איינס צום צווייטנס
http://www.flickr.com/photos/89411930@N00/137529035/
Sen. Hillary Rodham Clinton walking the line between two Satmar Hasidic factions yesterday as she paid her condolences to the family of Grand Rabbi Moses Teitelbaum. "He was just an extraordinary person in every respect," Clinton said of Teitelbaum after visiting one of his former homes, now used by eldest son Aron. Earlier, Clinton had visited Moses Teitelbaum's last home, at Bedford Avenue and Ross Street, where Aaron's brother Zalman - who is vying for the Satmar leadership - now lives